אויף דער שלושים־הזכּרה פֿאַר ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן זונטיק, דעם 12טן יאַנואַר בײַם „שלום-עליכם-קולטור-צענטער‟ אין בראָנקס, איז אויפֿגעטראָטן די ייִדישע זינגערין לוסעט וואַן דען בערג פֿון האָלאַנד, וועלכע איז געקומען קיין אַמעריקע ספּעציעל אָנטיילנעמען אין די שלושים. זי האָט מיט זיך מיטגעבראַכט איר נײַסטע רעקאָרדירונג — „בענקשאַפֿט‟ [Benkshaft], וואָס נעמט אַרײַן אירע אַליין־געשאַפֿענע ייִדישע לידער און די לידער פֿונעם שרײַבער מיכאל פֿעלזענבאַום.
וואַן דען בערג איז געבוירן געוואָרן אינעם האָלענדישן שטעטל קאַמפּען און האָט שטודירט וואָקאַלע קונסט אין דער זוואָלער קאָנסערוואַטאָריע. זי איז געוואָרן אַן אָפּערע־זינגערין און אויפֿגעטראָטן איבער גאַנץ אייראָפּע. זי האָט פֿריִער אַרויסגעגעבן דרײַ קאָמפּאַקטלעך ייִדישע לידער, „זינג שטיל‟, „לאָמיר גיין טאַנצן‟ און „פֿרילינג‟. דאָס לעצטע באַשטייט אין גאַנצן פֿון נאָך־נישט רעקאָרדירטע לידער פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. בענקשאַפֿט‟ איז איר פֿערטע רעקאָרדירונג.
לוסעט וואַן דען האָט זיך געטראָפֿן מיט פֿעלזענבאַום אין האָלאַנד, ווען איר חבֿרטע אין זוואָלע האָט זי פֿאַרבעטן צו זיך, זיך צו באַקענען מיטן שרײַבער און רעדן מיט אים אויף ייִדיש, וואָס קיינער אין איר זוואָלער סבֿיבֿה האָט נישט געקענט. נאָך דעם ווי מע האָט זיך צערעדט, האָט מען זיך צעזונגען, און דעם צווייטן טאָג האָט פֿעלזענבאַום איר געשיקט אַ ליד און געפֿרעגט, צי עס געפֿעלט איר, און צי ער קען ווײַטער שרײַבן לידער פֿאַר איר און צי זיי קאָנען צוזאַמענאַרבעטן. דאָס ליד „דער ווינט פֿון בערג‟ איז געווען אַ ווערטערשפּיל אויף איר נאָמען — וואַן דען בערג — און צווישן די אימאַזשן אין ליד ווערט דערמאָנט איר זעגלשיף, וואָס זי האָט באַשריבן בײַ זייער ערשטן באַגעגעניש.
לוסעט האָט געענטפֿערט: „יאָ, לאָמיר זיך ווײַטער טרעפֿן און שאַפֿן,‟ און אין אַ קורצער צײַט אַרום איז די פֿרײַנדשאַפֿט געוואָרן אַ נאָענטע — מען איז זיך צוזאַמענגעקומען, געזונגען און געשאַפֿן. שפּעטער איז זי געפֿאָרן מיט איר משפּחה קיין טריִער, דײַטשלאַנד, וווּ ער איז געווען אַ ייִדיש־לערער אין אוניווערסיטעט, און מע האָט ווײַטער דאָרטן מיטגעאַרבעט.
דאָס ליד, „וואָס איז געבליבן‟, וועגן אַ פֿאַרלוירענער ליבשאַפֿט האָט פֿעלזענבאַום אָנגעשריבן ספּעציעל פֿאַר איר. וואַן דען בערג האָט דעמאָלט דורכגעמאַכט אַ שווערן גט און אַ פּראָצעס אַרום איר זון, ווער פֿון טאַטע־מאַמע וועט אים קענען האַלטן בײַ זיך. מע קען זען אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם ליד אויף דער וועבזײַט:
אַן אַנדערש מאָל, האָט זי דערציילט דעם שרײַבער וועגן אַ פֿאַרלוירן טעקעלע, און ווי זי האָט געוויינט צוליב דעם, ווי אַ קינד. מיט צוויי טעג שפּעטער איז אָנגעקומען אַ ליד אינספּירירט פֿון דער מעשׂה.
עס איז נישט געווען אַזוי פּשוט פֿאַר וואַן דען בערג צו זינגען ייִדישע לידער מיט אַ טרענירטער אָפּערע־שטים. „איך בין נישט קיין טראַדיציאָנעלע זינגערין, און געוויסע לידער האָבן געפֿאָדערט אַזאַ צוגאַנג. בפֿרט צוליב דעם וווּנדערלעכן שפּילן פֿון סאַנע מאָרעק אויפֿן אַקאָרדעאָן, פֿילט מען די פֿאָלקישע מוזיק. ‘האַרבסטיקע באַלאַדע’, למשל, איז אַ ׳דוינע׳, וואָס איז געווען עפּעס נײַעס פֿאַר מיר”, האָט זי געזאָגט. — „איך האָב געדאַרפֿט אויסגעפֿינען וואָס איז אַזוינס אַ ייִדישער סטיל פֿון געזאַנג, און דערנאָך קאָמבינירן דעם סטיל מיט מײַן אייגענעם.‟
אין „בענקשאַפֿט‟ האָט די זינגערין צום ערשטן מאָל אַרײַנגענומען אירע אייגענע לידער אויף אַ רעקאָרדירונג. — „איך בין, בײַם אָנהייב, געווען אין ספֿק, צי איך זאָל אַרײַננעמען מײַנע לידער, ווײַל איך בין נישט געווען זיכער, צי זיי זענען גענוג גוט. נאָך דעם ווי כ‘בין געווען בײַ ביילע אין 2007, האָב איך אָנגעהויבן צו שרײַבן לידער. דאָס ערשטע ליד איז געווען ‘איך האָב אַ שוואַלב געזען’, ווערטער פֿון דאָראַ טייטלבוים, און ס’איז געשאַפֿן געוואָרן אינעם סטיל פֿון ביילען. ווען איך לייען אַ ליד וואָס געפֿעלט מיר, קוק איך אויף די ווערטער ווי אויף קאָלירן, און איך בײַט די קאָלירן אויף מוזיק,‟ דערציילט זי.
וואַן דען בערג איז נישט בלויז אַ זינגערין, נאָר אַ וויכטיקע פֿיגור פֿון דער ייִדישער קולטור אין האָלאַנד. זי פֿירט אָן מיט אַ ייִדישן מוזיק־פֿעסטיוואַל אין לוּוואַרדען, וואָס וועט הײַנטיקס יאָר פֿאָרקומען די ערשטע וואָך מײַ. לוּוואַרדען איז אַ טייל פֿון האָלאַנד, וווּ מע רעדט פֿריזיש, און זי גרייט צו איין פּראָגראַם, אין וועלכער זי וועט אויפֿטרעטן מיט אַ פֿריזישן פּאָעט; ער וועט רעציטירן אויף פֿריזיש, און זי וועט זינגען ייִדישע לידער; איינער וועט רעאַגירן אויף דער שאַפֿונג פֿונעם צווייטן. זי האָט שוין דרײַ נײַע ייִדישע לידער אָנגעשריבן פֿאַר דעם קאָנצערט. „ביידע שפּראַכן זענען זייער שטאַרק און זייער דירעקט. אַפֿילו אויב מע קען נישט די שפּראַכן רעאַגירט דער עולם אויף דעם,‟ באַטאָנט זי.
לוּוואַרדען וועט זײַן אַן אָפֿיציעלע „קולטור־שטאָט‟ בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד אין 2018; דער פֿאַקט האָט איר דערמעגלעכט צו זאַמלען פֿאָנדן פֿאַר אַ ייִדישן פֿעסטיוואַל יעדע צוויי יאָר. הײַיאָר וועלן קומען דער ייִדיש־פּעדאַגאָג חנן באָרדין, דער קלאַרנעטיסט געאָרג ברינקמאַן און דער דועט סוזען גערגוס און פֿימאַ טשאָרני, צווישן אַנדערע. אויב מע האָט נישט וווּ אײַנצושטיין אין לוּוואַרדען בעתן פֿעסטיוואַל, האָט זיך אַנטוויקלט אַ שיינע טראַדיציע, אין וועלכער משפּחות פֿון לוּוואַרדען פֿאַרבעטן מענטשן צו נעכטיקן בײַ זיי, און די משפּחות קומען אויך צום פֿעסטיוואַל.
במשך פֿון די יאָרן האָט לוסעט וואַן דען בערגס ייִדיש זיך פֿאַרבעסערט און ס’איז אַ פֿאַרגעניגן זיך צוצוהערן צו די נײַע לידער אויף דער רעקאָרדירונג „בענקשאַפֿט‟ און פֿאַרשטיין יעדעס וואָרט. זי דערציילט, אַז זי האָט נישט קיין נײַע פּראָיעקטן אין זינען, ווײַל זי דאַרף זיך אָפּרוען אַ ביסל נאָך „בענקשאַפֿט‟, אויף וועלכן זי האָט אינטענסיוו געאַרבעט. די מי און טירחה וואָס זי האָט אַרײַנגעלייגט אין דער פֿײַנער רעקאָרדירונג, פֿילט מען אין יעדן ליד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.