מיטוואָך דעם 8טן יאַנואַר איז פֿאָרגעקומען אינעם נײַעם מוזיי פֿון פּוילישע ייִדן די וועלט־פּרעמיערע פֿון פּעפּע דאַנקאַרטס נײַעם פֿילם, “לויף, ייִנגעלע, לויף”. דער סצענאַר פֿונעם פֿילם איז אַ באַאַרבעטונג פֿון אורי אורלבֿס בוך “רוץ, ילד, רוץ”. דאָס בוך און דער פֿילם דערציילן אַן אמתע געשיכטע פֿון סרוליק (הײַנט יורם) פֿרידמאַן, וואָס איז אַ קינד פֿון זיבן יאָר אַנטלאָפֿן פֿון דער וואַרשעווער געטאָ און על־פּי־נס געראַטעוועט געוואָרן.
פֿרידמאַן, וואָס מען האָט פֿאַרבעטן אויף דער פּרעמיערע, האָט געזאָגט, אַז דער פֿילם איז גוט געמאַכט און גיט אַן אמתע באַשרײַבונג פֿון זײַן לעבן ווי אַ ייִדיש קינד אין פּוילן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿרידמאַן האָט במשך פֿון עטלעכע חדשים געלעבט אין וואַלד. געגעסן וואָס סע לאָזט זיך. שפּעטער האָט אַ פּוילישע פֿרוי אים געראַטעוועט.
פֿרידמאַן לעבט אין ישׂראל.
די אַפֿריקאַנער אימיגראַנטן זענען געוואָרן נאָך איין סיבה פֿאַר דעם אַזוי־גערופֿענעם ISRAEL BASHING אין אייראָפּע בכלל און אין פּוילן בפֿרט.
פּראָגרעסיווע פּוילישע זשורנאַליסטן האָבן טענות צו ישׂראל, הלמאַי זי לאָזט אַרײַן ייִדישע אימיגראַנטן, אָבער שוואַרצע אימיגראַנטן וויל זי נישט. ראשית־כּל, איז דווקא אָט די טענה אין גאַנצן נישט ריכטיק. ישׂראל לאָזט יאָ אַרײַן עטיאָפּישע ייִדן, וואָס זענען, אַז איך האָב נישט קיין טעות, שוואַרץ.
חוץ דעם, סײַ פּוילן און סײַ דײַטשלאַנד האָבן אַן אָפֿיציעלע פּרעפֿערענץ־פּאָליטיק וואָס שייך אימיגראַנטן. די אַזוי־גערופֿענע וואָלגאַ-דײַטשן, דאָס הייסט, מענטשן, וואָס לעבן אין רוסלאַנד, אָבער שטאַמען פֿון דײַטשן, האָבן דאָס רעכט צו ווערן דײַטשישע בירגער. און נישט נאָר זיי. מענטשן, וואָס שטאַמען פֿון דײַטשן אין רומעניע, אונגערן און נאָך אַנדערע מדינות האָבן דאָס רעכט צו וווינען אין דײַטשלאַנד און ווערן דײַטשישע בירגער. אַן ענלעכע מעשׂה קומט פֿאָר אין דײַטשלאַנד. די פּאָליאַקן געבן אַרויס די KARTA POLAKA — אַ דאָקומענט, וואָס באַשטעטיקט, אַז מענטשן אין אַנדערע לענדער, ווי למשל, רוסלאַנד, בעלאַרוס, ליטע וכדומה, וואָס שטאַמען פֿון פּאָליאַקן, קענען גרינג זיך אײַנאָרדענען דאָ אין פּוילן.
סודאַנער האָבן נישט אַזעלכע רעכט. הייסט עס, אַז ווען דײַטשן און פּאָליאַקן האָבן אַן אָפֿיציעלע פּרעפֿערענץ־פּאָליטיק פֿאַר זייערע ברידער, מיינט עס, אַז זיי זענען פּאַטריאָטן, וואָס פֿאַרגעסן נישט אַ ברודער אָדער אַ שוועסטער אין נויט. ווען ישׂראל אָבער פֿירט זיך לויטן “חוק השבֿות”, דהײַנו, דאָס רעכט פֿון יעדן ייִד צו ווערן אויטאָמאַטיש אַ ישׂראל־בירגער, איז דאָס תּיכּף־ומיד מיט ראַסיזם גלײַך.
אַגבֿ, ווי באַקאַנט, וווינען איצט אין תּל־אָבֿיבֿ כּמעט הונדערט טויזנט אומלעגאַלע אַפֿריקאַנער אימיגראַנטן. זיי זענען שוין אַן ערך צוויי פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין לאַנד. צוויי פּראָצענט פֿון דער פּוילישער באַפֿעלקערונג איז אַן ערך זיבן הונדערט טויזנט מענטשן. ווי וואָלט מען רעאַגירט אין וואַרשע אויף 700,000 אַפֿריקאַנער, בלײַבט אַ טשיקאַווע פֿראַגע.
אין דער גרויסער מאַניפֿעסטאַציע אין “רבין־סקווער” (כּכּר רבין) אין תּל־אָבֿיבֿ האָבן די אַפֿריקאַנישע דעאמאָנסטראַנטן אַרויפֿגעקלעטערט און זיך אַוועקגעזעצט אויפֿן גיגאַנטישן חורבן־דענקמאָל אין מיטן סקווער. וואָס וואָלט געווען, ווען אומלעגאַלע אימיגראַנטן וואָלטן געטאָן אַזאַ זאַך אויפֿן דענקמאָל פֿון די פּוילישע געפֿאַלענע אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, למשל? אַלע צײַטונגען, ראַדיאָ און טעלעוויזע־סטאַציעס אין לאַנד וואָלטן געשריגן “געוואַלד”!
אין תּל־אָבֿיבֿ האָט קיינער נישט פּראָטעסטירט. פֿאַרקערט. אַ ריי בעלי-בתּים פֿון רעסטאָראַנען האָבן געטענהט פֿאַר די טעלעוויזיע־קאַמערעס, אַז די אַפֿריקאַנער טוען זייער אַ וויכטיקע אַרבעט — זיי וואַשן טעלער. במילא דאַרפֿן זיי בלײַבן אין לאַנד.
די ייִדן וואָלטן מסתּמא אויך געוואַשן טעלער. ס’איז נישט קיין שלעכטע אַרבעט פֿאַר סטודענטן. איך רעד פֿון דערפֿאַרונג. ס’איז דאָ נאָר איין פּראָבלעם. די ישׂראלים, סײַ ייִדן און סײַ אַראַבער, וואָלט מען געדאַרפֿט צאָלן אַ ביסל מער.
די ישׂראלדיקע צײַטונג “הארץ” באַריכטעט, אַז דער באַוווּסטער בריטישער היסטאָריקער, נאָרמאַן דייוויס, האַלט, אַז אַ סך ישׂראלים וועלן נאָך אימיגרירן צוריק קיין פּוילן. זיי האָבן דאָ אַ גרויסע צוקונפֿט, זאָגט ער. אַגבֿ, נישט נאָר ער טראַכט אַזוי. מואַמער קאַדאַפֿי פֿלעגט איבערחזרן זײַן מאַנטראַ, אַז ייִדן דאַרפֿן זיך צוריק קערן צו זייער מקור — פּוילן, און איבערלאָזן ארץ־ישׂראל פֿאַר די אַראַבער. די אַמעריקאַנער זשורנאַליסטקע, העלען טאָמאַס, האָט געהאַלטן אַן ענלעכע טעזע.
דייוויס, פֿאַרשטייט זיך, האָט נישט געפֿרעגט בײַ די פּאָליאַקן צי זיי וואַרטן טאַקע מיט אומגעדולד אויף די ייִדן, זיי זאָלן צוריקקומען. עס איז נישטאָ קיין ספֿק, אַז מען קען געפֿינען פּאָליאַקן פֿילאָסעמיטן. דערהויפּט אין דער וויסנשאַפֿטלעכער און קינסטלערישער אינטיליגענץ. מיטן המון איז אַ גאָר אַנדערע מעשׂה. אויף די פֿוסבאָל־סטאַדיאָנען הערט מען אָפֿט אַנטיסעמיטישע סלאָגאַנען, ווי למשל: „כאַמאַס כאַמאַס — ייִדן צום גאַז‟. פֿאַר וואָס מיט אַ מאַל ייִדן? סתּם אַזוי. אויב אַ מאַנשאַפֿט געפֿעלט נישט די חבֿרה, ווערט זי אויטאָמאַטיש אַ ייִדישע מאַנשאַפֿט.
די פּוילישע צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ האָט געווידמעט דעם 12טן יאַנואַר איר שער-בלאַט דער פּראָבלעם פֿון אַנטיסעמיטיזם אויף די פֿוסבאָל־סטאַדיאָנען. עס וואָלט געווען אַ טעות צו האַלטן, אַז נאָר בײַם פּשוטן פֿאָלק זענען דאָ אַנטיסעמיטן. צום באַדויערן, קען מען געפֿינען גענוג אַנטיסעמיטן צווישן די זשורנאַליסטן און לערער, פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן.
און צוריק צום פּראָפֿעסאָר דייוויס. דייוויס איז מסתּמא דער סאַמע חשובֿסטער מומחה פֿאַר פּוילישער געשיכטע הײַנט צו טאָג. ער וווינט אין אָקספֿאָרד און אין לאָדזש. דער אַדאַם מיצקעוויטש־אינסטיטוט האָט אים פֿאַרבעטן קיין תּל־אָבֿיבֿ, און זײַן לעקציע אין דעם “בית התּפֿוצות” מוזיי אין איז געווען געפּאַקט.
נאָך מער פּערל, ווײַזט זיך אַרויס, האָבן זיך געשיט פֿון דייוויסעס מויל. ער האָט איבערגעחזרט די טענה פֿון די פּוילישע רעכטע קרײַזן, אַז סטאַלין איז נישט געווען בעסער פֿון היטלערן. ווי פֿאַר וועמען. פֿאַר די ייִדן איז יאָ געווען אַ חילוק צווישן סטאַלין און היטלער. סטאַלין האָט נישט פֿאַרגאַזט די ייִדן.
לאָמיר אויך זײַן ערלעך און דערמאָנען, אַז די סאָוועטן האָבן יאָ אַרײַנגעלאָזט די ייִדן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַפֿילו אַזאַ וואַזשנער אַנטי-קאָמוניסט ווי מנחם בעגין איז דווקא אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אויך געראַטעוועט געוואָרן. די אַנדערע, מער פֿאָרגעשריטענע מדינות, האָבן בפֿירוש פֿאַרמאַכט טיר־און־טויער.
עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַזעלעכע דעטאַלן אינטערעסירן נישט דעם היסטאָריקער, וואָס האָט געמאַכט אַ גרויסע קאַריערע אויף דער פּוילישער געשיכטע.
צום סוף, נאָך איין ראָזשינקע פֿון זײַן לעקציע. דער קעלצער פּאָגראָם, האָט ער געזאָגט, איז נישט געווען דווקא אַנטיסעמיטיש. לויטן באַריכט אין “האָרץ” האָט דייוויס געטענהט, אַז עקאָנאָמישע סיבות האָבן אויך געשפּילט אַ ראָלע אין אָט דער שחיטה. די אָרעמקייט נאָך דער מלחמה איז געווען גרויס, און די פּאָליאַקן איז נישט געפֿעלן געוואָרן, וואָס אַזויפֿיל פּליטים קומען פֿון רוסלאַנד צוריק קיין פּוילן. ווי באַקאַנט אין קעלץ, זענען אין אָט דעם פּאָגראָם אין יאָר 1946 דערהרגעט געוואָרן 42 ייִדן, צווישן זיי פֿרויען און קינדער. איך האָב קיין מאָל נישט פֿאַרשטאַנען, ווי אַזוי קען דאָס הרגענען פֿון ייִדישע קינדער העלפֿן צו פֿאַרבעסערן די ווירטשאַפֿטלעכע לאַגע, אָבער אין אָקספֿאָרד קען מען דאָס מסתּמא דערקלערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.