אַ טייל מענטשן קריטיקירן די פּראָגראַם „תּגלית‟, באַקאַנט אויף ענגליש ווי „בוירטרײַט‟, וואָס לייגט פֿאָר אומזיסטע צען־טאָגיקע נסיעות קיין ישׂראל פֿאַר יונגע־לײַט פֿון 18 ביז 26 יאָר, צוליב די גרויסע הוצאות. די חשבון־פֿירמע „ערנסט און יונג‟ האָט איצט איבערגעגעבן, אַז די דאָזיקע פּראָגראַם ברענגט, אין דער אמתן, אַ מערקווירדיקן רווח דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע. קיין גרויסער חידוש איז עס נישט, אָבער איצט ווייסט מען די קאָנקרעטע ציפֿערן. די 350,000 ייִדישע יונגע־לײַט האָבן באַצאָלט במשך פֿון זייערע „תּגלית‟־נסיעות קיין ישׂראל בערך 825 מיליאָן דאָלאַר. אויב אַפֿילו מע נעמט אין באַטראַכט די שטיצע מצד דער ישׂראלדיקער רעגירונג, באַטרעפֿט דער רווח אַ גרויסע סומע פֿון 635 מיליאָן.
לויט דעם באַריכט, האָבן די באַטייליקטע אין דער „תּגלית‟־פּראָגראַם באַצאָלט אינעם יאָר 2012 אַ ביסל ווייניקער געלט, ווי דורכשניטלעכע אַמעריקאַנער טוריסטן, וואָס האָט געפּטרט בעת זייערע נסיעות קיין ישׂראל כּמעט 2 טויזנט דאָלאַר — אַחוץ דעם פּרײַז פֿונעם פֿלי־בילעט. אַ דורכשניטלעכער אָנטיילנעמער פֿון דער „תּגלית‟־פּראָגראַם ברענגט אַרײַן בערך 1,700 דאָלאַר אין דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע, באַצאָלנדיק פֿאַר די האָטעלן, שפּײַז, טראַנספּאָרט, סוּווענירן און אַנדערע הוצאות.
פֿונדעסטוועגן, הגם ס׳רובֿ יונגע באַטייליקטע אין דער פּראָגראַם האָבן ווייניקער געלט, ווי די דערוואַקסענע טוריסטן, באַצאָלן זיי נישט ווייניק געלט. דערצו, ווען נישט די אומזיסטע נסיעות, וואָלטן אַ סך פֿון זיי בכלל נישט געטראַכט צו באַזוכן ישׂראל. אַ גרויסער טייל פֿון די הוצאות — בערך 72 מיליאָן דאָלאַר — האָט געהאַט צו טאָן מיט די זיכערהייט־ענינים. בערך אַ פֿערטל פֿון די פּראָגראַם־אָנטיילמענער בלײַבן אין ישׂראל לענגער ווי די פּלאַנירטע 10 טעג; בערך אַ פֿיפֿטל קומען ווידער, הגם בלויז 5 פּראָצענט באַשליסן אַוועקצופֿאָרן אַהין אויף שטענדיק.
די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט אינוועסטירט כּמעט 200 מיליאָן דאָלאַר אין דער „תּגלית‟־פּראָגראַם. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ווייניק באַטייליקטע ווײַזן אַרויס אַן אינטערעס צו באַזעצן זיך אין ישׂראל, זענען די אומזיסטע נסיעות גוט פֿאַר דער עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.