אין די לעצטע טעג האָט סײַ די רוסישע מלוכה, סײַ די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אויסגעדריקט זייער מיטלייד מדינת־ישׂראל, צוליב דער פּטירה פֿונעם געוועזענעם פּרעמיער, אַריאל שרון. „ער האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין פֿאַרשטאַרקן די באַציִונגען צווישן מדינת־ישׂראל און רוסלאַנד, און עס שטייט אונדז ערשט פֿאָר אָפּצושאַצן דעם באַטײַט פֿון זײַן נאָמען און זײַן בײַטראַג אין דער געשיכטע‟ — האָט געשריבן אין זײַן בריוו דער הויפּט פֿון דער רוסישער חב”ד־קהילה־פֿעדעראַציע אַלכּסנדר באָראָדאַ.
די וואָך האָט מען באַפֿרײַט איליאַ פֿאַרבער, דער לערער פֿון טוועריער געגנט, וואָס מע האָט באַשולדיקט אין נעמען אַ ריזיקן כאַבאַר. מע האָט אים פֿאַרמישפּט צו 7 יאָר און איין חודש תּפֿיסה. דאָס געריכט האָט באַטראַכט די פֿילצאָליקע פּראָטעסטן, און סוף־כּל־סוף, איז ער באַפֿרײַט געוואָרן, נאָכן אָפּזיצן אין תּפֿיסה כּמעט 2.5 יאָר. ווי באַלד ער איז אַרויס, האָט פֿאַרבער געמאַכט אַ מין פֿאָרשטעלונג: זײַן זון, וואָס האָט אים באַגעגנט, האָט אויסגעשיט אויף דער ערד בוטאַפֿאָרישע שטערנדלעך פֿון סאָוועטישע אָפֿיצער־עפּאָלעטן, און דער טאַטע האָט זיי צעטראָטן מיט די פֿיס, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם ווילקיר פֿון פּראָקוראַטור אין רוסלאַנד. די דאָזיקע אַקציע האָט שוין אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל, אָבער מישפּטן פֿאַרבערן ווידער האָט די מלוכה אַ פּנים נישט בדעה.
אין דער רוסישער מלוכה־ביבליאָטעק גרייט מען צו אַן אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם יוביליי פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. דער ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן אין 1928, אָבער פֿאָרמעל איז די ייִדישע געגנט באַשאַפֿן געוואָרן אין 1934. די אויסשטעלונג דערציילט די געשיכטע פֿון דעם פּראָיעקט און דער געגנט איבער אַן ערך 15 יאָר, ביז די סוף 1940ער יאָרן. מע וועט פֿאָרשטעלן כּלערליי אַרכיוו־דאָקומענטן מכּוח דער געשיכטע פֿון ייִדישער איבערוואַנדערונג, בראָשורן, ביכער, אוקאַזן, פּלאַקאַטן, סטאַטיסטישע אָנגאַבעס אאַז״וו.
דער פּעטערבורגער מוזיי פֿון עטנאָגראַפֿיע ענדיקט איר אַרבעט איבער דער אויסשטעלונג „צווישן צוויי וועלטן‟, געווידמעט דעם יוביליי פֿון ש. אַנ־סקי, 150 יאָר פֿון זײַן געבוירן און 100 יאָר פֿון זײַנע עקספּעדיציעס. ווי באַוווּסט, זײַנען זיי פֿאָרגעקומען אין 1912, 1913 און אין 1914. אַנ־סקי און זײַן גרופּע האָבן באַזוכט און אויסגעפֿאָרשט איבער 70 שטעט און שטעטלעך פֿון פּאָדאָליע און וואָלין, געזאַמלט אַ ריזיקן פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַל, איבער 700 אָביעקטן: תּשמישי־קדושה, כּלי־בית, כּתבֿ־ידן, כּתובות, און אויך געבראַכט אַ גרויסע קאָלעקציע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די שטעטלעך, זייערע תּושבֿים, כּלערליי מינהגים און צערעמאָניעס, מענטשן בײַ דער אַרבעט, זאַכן און ערטער.
די דאָזיקע זאַמלונג האָט געלייגט דעם יסוד פֿונעם מוזיי פֿון דער ייִדישער היסטאָרישער-עטנאָגראַפֿישער געזעלשאַפֿט, וואָס האָט זיך געעפֿנט אין 1917. בעת דער רעוואָלוציע און בירגער־קריג איז זי איבערגעגעבן געוואָרן דעם עטנאָגראַפֿישן אָפּטייל פֿונעם רוסישן מוזיי, וואָס הייסט איצט דער רוסלענדישער ענטאָגראַפֿישער מוזיי. אויף דער איצטיקער אויסשטעלונג ווערן געצײַגט די עקספּאָנאַטן סײַ פֿון דעם מוזיי, סײַ פֿון דער זאַמלונג פֿון קונסטקאַמער — דער עלטסטער מוזיי אין פּעטערבורג, און פֿון דעם צענטער „פּעטערבורגסקאַיאַ יודאַיקאַ‟ — „פּעטערבורגער ייִדישע לימודים‟. ס’איז דאָ אַ מאַפּע פֿון אַנ־סקיס עקספּעדיציעס, עלעקטראָנישע טערמינאַלן וואָס דערציילן וועגן אַנ־סקיס זאַמלונג־אַרבעט, זײַן פּאָליטישער און רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט, זײַנע פּובליציסטישע און ליטעראַרישע ווערק. צוגעגרייט די אויסשטעלונג האָבן דער פּראָפֿעסאָר סעמיאָן יאַקערסאָן און די ייִדישיסטקע מאַרינאַ שטשערבאַקאָוואַ. זייערע ווײַטערע פּלענער זײַנען — אַרויסצוגעבן אַנ־סקיס טאָגביכער, וואָס מע האָט געפֿונען אין מאָסקווער צענטראַלן היסטאָרישן אַרכיוו. די טאָגביכער שטאַמען פֿון 1915, און אין זיי ווערט אָפּגעשפּיגלט אַנ־סקיס טעטיקייט בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, זײַנע פּרוּוון צו העלפֿן די פּליטים און צו באַזאָרגן די ייִדן פֿונעם בײַפֿראָנט־פּאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.