שיסערײַ אין רוסלאַנד פֿאַר דער אָלימפּיאַדע

Shoot-Out in Russia Before the Olympics


פֿון רויטערס

Published January 16, 2014, issue of January 31, 2014.

מאָסקווע. — דרײַ רוסישע סאָלדאַטן און פֿיר מיליטאַנטן זענען דערהרגעט געוואָרן בעת אַ שיסערײַ אין דרום־רוסלאַנד מיטוואָך, ווייניקער ווי אַ חודש פֿאַר דער עפֿענונג פֿון דער ווינטער־אָלימפּיאַדע אין סאָטשי, דעם 7טן פֿעברואַר. פֿינף סאָלדאַטן זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.

דער רוסישער נאַציאָנאַלער אַנטי־טעראָריזם קאָמיטעט האָט געמאָלדן, אַז איינער פֿון די אומגעקומענע איז געווען איינער, וועלכער איז באַשולדיקט געוואָרן אין דורכפֿירן אַן אויטאָ־באָמבע־אַטאַק אין דער שטאָט פּיאַטיגאָרסק מיט עטלעכע חדשים צוריק, וואָס האָט אומגעבראַכט דרײַ מענטשן.

נאָך צוויי זעלבסטמערדערישע אַטאַקן אין דרום־רוסלאַנד אין דעצעמבער, האָט רוסלאַנד אָנגעהויבן אַן אינטענסיווע קאַמפּאַניע אויסצוזוכן און אַרעסטירן איסלאַמיסטישע מיליטאַנטן אין צפֿון־קאַווקאַז. אַ צאָל מיליטאַנטישע גרופּעס האָבן שוין געוואָרנט, אַז זיי האָבן בדעה דורכצופֿירן אַטאַקן בעת דער אָלימפּיאַדע.

פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין האָט שוין אָנגעשטעלט אַ פּערסאָנאַל פֿון בערך 37,000 מענטשן אין סאָטשי, צו פֿאַרשטאַרקן דעם זיכערהייט־מצבֿ דאָרט פֿאַר און בשעת דער אָלימפּיאַדע. סאָטשי געפֿינט זיך בײַם שוואַרצן ים און אויף דער מערבֿדיקער גרענעץ פֿון די קאַווקאַז־בערג.

לויטן באַריכט פֿונעם אַנטי־טעראָריזם־קאָמיטעט, האָבן די רוסישע סאָלדאַטן געפֿונען די גרופּע מיליטאַנטן אין אַ הויז אינעם דאָרף קאַרלאַניורט, דאַגעסטאַן, בעת אַ ספּעציעלער אָפּעראַציע. מאַכאַטשקאַלאַ, די קרוינשטאָט פֿון דאַגעסטאַן, איז בערך 620 קילאָמעטער (385 מײַל) מיזרח פֿון סאָטשי. אין דער שטאָט, וווּ ס׳רובֿ פֿון די אײַנוווינער זענען מוסולמענער, ווערן אָפֿט דורכגעפֿירט אַטאַקן קעגן דער פּאָליציי און מלוכישע סאָלדאַטן, ווי אַ טייל פֿונעם קאַמף מצד די מיליטאַנטן צו גרינדן אַן איסלאַמישע מלוכה.

הגם דער אינטערנאַציאָנאַלער אָלימפּיאַדע־קאָמיטעט האָט דערקלערט, אַז דער זיכערהייט־מצבֿ בעת די שפּילן וועט זײַן אַ גוטער, האָבן די רוסישע זיכערהייט־כּוחות שבת אַרעסטירט פֿינף מיטגלידער פֿון אַ פֿאַרווערטער מיליטאַנטישער גרופּע אין דרום־רוסלאַנד, און דעטאָנירט אַ היים־געמאַכטע באָמבע פֿול מיט שראַפּנעל.

צום ווייניקטסן, 34 מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש דורך זעלבסטמערדערישע אַטאַקן אין דער דרומדיקער שטאָט וואָלגאָגראַד.