די קאָנווויען, וואָס פֿירן דאָס סירישע כעמישע געווער אַרויס פֿון לאַנד, זענען נישט אין קיין סכּנה פֿון אַטאַקן מצד די סירישע אויפֿשטענדלער אָדער שטיצער פֿון דער רעגירונג, האָט דינסטיק דערקלערט אַ הויך־ראַנגיקער אָפֿיציר פֿון צה״ל.
לכתּחילה האָבן געוויסע עקספּערטן פֿונעם ישׂראלדיקן מיליטער אויסגעדריקט זאָרג, אַז די רעבעלן וואָס קעמפֿן קעגן דעם סירישן פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד, אָדער אַסאַדס אַליִיִרטע אין „כעזבאָלאַ‟, אין לבֿנון, וועלן אַטאַקירן די קאָנווויען, און דערפֿאַר האָבן זיי געעצהט, אַז ישׂראל זאָל באָמבאַרדירן די ערטער, וווּ די כעמישע וואָפֿנס געפֿינען זיך.
„ביז איצט האָט קיינער נישט אַטאַקירט קיין איין קאָנוווי,‟ האָט דער אָפֿיציר דערקלערט. „מיר ווייסן נישט וואָס ס׳וועט זײַן מאָרגן, אָבער דערווײַל האָבן מיר נישט בדעה אַרײַנצושיקן אונדזערע כּוחות צו ׳באַשיצן׳ די קאָנווויען.‟
די אָפּעראַציע צו טראַנספּאָרטירן דאָס כעמישע געווער אַרויס פֿון סיריע ווערט דורכגעפֿירט אונטער דער השגחה פֿון דער „אָרגאַניזאַציע צו פֿאַרווערן כעמישע וואָפֿנס‟ (OPCW). דער אָפֿיציר האָט צוגעגעבן, אַז דער OPCW וועט האַלטן אַן אויג, אַז „כעזבאָלאַ‟, וואָס אירע קעמפֿער אין סיריע העלפֿן אַסאַד באַקעמפֿן דעם 2־1/2־יאָריקן אויפֿשטאַנד, זאָל נישט פֿאַרכאַפּן די קאָנווויען און זיי פֿאַרקערעווען קיין לבֿנון.
סיריע האָט מסכּים געווען אויפֿצוגעבן אירע כעמישע וואָפֿנס אין יוני, לויט אַן אָפּמאַך אויסגעאַרבעט דורך רוסלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, נאָך דעם ווי ס׳איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַן אַטאַק פֿון סאַרין־גאַז לעבן דמשׂק. די מערבֿדיקע לענדער האָבן באַשולדיקט די רעגירונג־כּוחות אין דורכפֿירן דעם כעמישן אַטאַק, אָבער די רעגירונג האָט געטענהט, אַז די אויפֿשטענדלער האָבן עס געטאָן.
בערך 1,300 טאָן סירישע כעמישע וואָפֿנס דאַרפֿן אַרויסגעפֿירט ווערן פֿון לאַנד. אַ טייל וועט מען אַרויסלאָזן פֿונעם פּאָרט לאַטאַקיאַ, אין אַן אַמעריקאַנער שיף.
סיריע האָט אַרײַנגעשטעלט די ערשטע וואָפֿנס אין אַ דענישער שיף פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, אַ וואָך נאָך דער פּלאַנירטער דאַטע, דעם 31סטן דעצעמבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.