ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published January 16, 2014, issue of February 14, 2014.

איראַן האָט נאָך אַלץ נישט אָנגעהויבן אויספֿאָרשונג פֿון אַטענטאַט

אייניקע קרײַזן אין בוענאָס־אײַרעס האַלטן, אַז דער אָפּמאַך מיט איראַן איז שוין לאַנג טויט און אַנדערע מיינען אַז ער װעט מיט דער צײַט אויסגיין. קלאָר איז אַז דער איניציאַטאָר פֿונעם אָפּמאַך, דער אויסערן-מיניסטער העקטאָר טימערמאַן, װעט פּרוּװן אים אויסהאַלטן ביזן סוף. דער אונטערגעשריבענער אָפּמאַך צװישן אַרגענטינע און איראַן צו העלפֿן אויספֿאָרשן דעם אַטענטאַט קעגן דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, האָט אָנגעהויבן איגנאָרירט צו װערן װײַל איראַן האָט ביז איצט גאָר נישט געטאָן, און איבער די פּאָלעמישע דערקלערונגען פֿונעם געװעזענעם ישראל־אַמבאַסאַדאָר יצחק אַװיראַן, װאָס האַלט אַז די אויטאָרן פֿון דער טעראָריסטישער אַטאַקע זײַנען שוין לאַנג טויט, און „דאָס האָבן מיר געטאָן‟.

אַ טייל באַאַמטע אין מיניסטעריום מיינט אַז מאַרץ, װען עס װעט װערן אַ יאָר פֿונעם אונטערגעשריבענעם אָפּמאַך, איז דער לעצטער טערמין, און אַז די רעגירונג פֿון פּרעזידענט כאַסאַן ראָהאַני װעט דאַרפֿן געבן אַן ענטפֿער װי עס האָט געפֿאָדערט טימערמאַן, אין חודש סעפּטעמבער אויף דער זיצונג אין די פֿאַראייניקטע פֿעלקער. די פֿינף באַשולדיקטע איראַנער װאָלטן באַדאַרפֿט אויסגעפֿאָרשט װערן אין טעהעראַן דורכן אַרגענטינער ריכטער ראָדאָלפֿאָ קאַניקאָבאַ קאָראַל. עס זײַנען שוין אַריבער פֿיר חדשים, זינט טימערמאַן האָט באַשטעטיקט דעם איראַנער קאָמפּראָמיס צו געפֿינען די אויטאָרן פֿונעם אַטענטאַט אָבער דערװײַל האָט זי אַפֿילו נישט גוטגעהייסן אָפֿיציעל דעם אָפּמאַך װאָס דער אַרגענטינער פּאַרלאַמענט האָט באַשטעטיקט מיט אַ געזעץ. אייניקע מיניסטאָרן האַלטן, אַז אויב ביז מאַרץ װעט גאָר נישט געשען װעט די אַרגענטינער פּרעזידענטין קריסטינאַ קירכנער מוזן באַגראָבן דעם מעמאָראַנדום און באַשולדיקן איראַן אין נישט האָבן „דעם פּאָליטישן װילן אויסצופֿאָרשן דעם אַטענטאַט‟. אַנדערע האַלטן אַז אַװיראַנס דערקלערונגען װעלן במילא העלפֿן פֿאַרענדיקן דעם אָפּמאַך װײַל זיי באַשולדיקן די סיריער, און באַפֿרײַען די איראַנער פֿונעם חשד.

די רעגירונג האָט געבעטן דעם פּראָקוראָר װאָס פֿאָרשט דעם אַטענטאַט, אַלבערטאָ ניסמאַן, ער זאָל אַרויסרופֿן אַװיראַנען. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט דעפֿינירט אַװיראַנס דערקלערונגען װי „ריינע פֿאַנטאַזיע‟ און טימערמאַן האָט זיך אַרויסגעזאָגט, אַז ישׂראַל האָט באַהאַלטן אינפֿאָרמאַציע פֿאַר דער יוסטיץ. באַאַמטע האָבן זיך געפֿרעגט: צו װאָס טויג דער מעמאָראַנדום אַז דעם אמת דאַרף מען פֿרעגן ישׂראל?

אַװיראַנס רייד באַשולדיקן די סיריער און שטעלן אין אַ ספֿק טימערמאַנס סטראַטעגיע אָבער ער װעט זיכער אָנגיין מיטן אָפּמאַך, און זײַן צוקונפֿט איז אָפּהענגיק פֿון דעם מעמאָראַנדום.


הזכּרה נאָך קרבנות פֿון אַ טרויעריק־באַרימטן שטרײַק

אין בוענאָס־אײַרעס האָט מען דערמאָנט די געשעענישן פֿון יאַנואַר 1919, װאָס װערן באַצייכנט װי „די טראַגישע װאָך‟. אַ שטרײַק אין אַ מעטאַלורגישער פֿאַבריק פֿון דער בײַשטאָט אַװעזאַנעדאַ האָט זיך אויסגעלאָזט אין אַ פּאָגראָם אויף דער ייִדישער געגנט פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. ייִדישע ביבליאָטעקן זײַנען אַטאַקירט געװאָרן, ביכער פֿאַרברענט געװאָרן, מע האָט אונטערגעצונדן ייִדישע אינסטיטוציעס און געשלאָגן און געהרגעט ייִדן אויף די גאַסן. קײן גענויע ציפֿערן זײַנען ניטאָ אָבער מען שאַצט, אָפּהענגיק פֿון װעלכע קװאַלן מען באַניצט, אַז צװישן 141 און 700 ייִדן זײַנען דערהרגעט געװאָרן. די פּאָליציי האָט גאָר נישט געטאָן צו פֿאַרטיידיקן דעם קװאַרטאַל און די דעמאָקראַטישע רעגירונג פֿון פּרעזידענט איריגאָזשען האָט אויך געשװיגן. דער שרײַבער פּיניע װאַלד איז באַשולדיקט געװאָרן אין אָרגאַניזירן אַ רעװאָלוציע צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט און װערן דער פּרעזידענט פֿון אַ מאַקסימאַליסטישער באָלשעװיסטישער רעגירונג אין לאַנד און איז אַרעסטירט געװאָרן. דאָס װערט באַשריבן אין זײַן בוך „קאָשמאַר‟, פּובליקירט אין 1929, 10 יאָר נאָך די בלוטיקע געשעענישן.


אַנטיסעמיטישע גראַפֿיטי אין קאַראַקאַס

אין קאַראַקאַס, װענעצועלאַ האָט מען פֿאַרשמירט מיט אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן דעם אַרײַנגאַנג און די װענט פֿון דער שיל „כּתר תּורה‟. די פּאָליציי האָט דערקלערט, אַז זי װעט ניט טאָלערירן אַטאַקעס אויף װענעצועלער בירגער, אָן אונטערשייד פֿון רעליגיע אָדער קאָליר. אויך די קהילה האָט שאַרף רעאַגירט.


גלח וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן פֿון געשטאַפּאָ, ווערט באַערט

די װאַלענבערג פֿונדאַציע האָט באַערט דעם פֿראַנצייזישן גלח זשאַק דע העסוס, װאָס איז מיט 70 יאָר צוריק, דעם 15טן יאַנואַר 1944, אַרעסטירט געװאָרן דורך דער געשטאַפּאָ אין אװאָן. די דרײַ ייִדישע סטודענטן װאָס ער האָט באַהאַלטן אין זײַן מאָנאַסטיר זײַנען אומגעקומען אין אוישװיץ און ער איז פֿאַרשיקט געװאָרן קיין מאַוטהאַוסען, װוּ ער איז באַפֿרײַט געװאָרן פֿון אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אָנהייב מײַ 1945. ער האָט דאַן געװויגן 34 קילאָ און געװען קראַנק אויף טובערקולאָז. אַ פּאָר װאָכן שפּעטער איז ער געשטאָרבן. אין 1985 האָט אים „יד־וושם‟ נאָמינירט װי איינער פֿון די חסידי אומות העולם און צװיי יאָר שפּעטער האָט דער פֿראַנצייזישער רעזשיסאָר לוי מאַלע געמאַכט דעם פֿילם „זײַט געזונט, קינדער‟ (די קינדער פֿון פֿאָטער זשאַק).

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.