אַ ישׂראלדיקע נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציע, אין וועלכער עס באַטייליקן זיך מיטאַרבעטער און פֿאַרוואַלטער פֿון אַזעלכע גרויסע אַמעריקאַנער פֿירמעס, ווי דער „פֿייסבוק‟ און „דיסני‟, קלײַבט זיך צו שאַפֿן אַ ספּעציעלע אינטערנעץ־פּראָגראַם, מיטן נאָמען „מרכּבֿה‟, וואָס וועט העלפֿן לערנען גמרא און אַנדערע קלאַסישע ייִדישע טעקסטן מיט דער הילף פֿון אַ גרויסער קאָמפּיוטער־ביבליאָטעק. לויטן פּלאַן, וועלן די טעקטסן באַגלייט ווערן מיט איבערזעצונגען און פֿאַרבינדן דעם באַניצער מיט אַנדערע אינטערנעץ־רעסורסן, ווי אויך מאַפּעס און ווידעאָ־מאַטעריאַלן. די שאַפֿער פֿונעם פּראָיעקט האָבן שוין דעמאָנסטרירט אַ פֿונקציאָנעלן מאָדעל פֿון דער פּראָגראַם.
דערווײַל איז נישט קלאָר, צי אַזעלכע פּראָיעקטן רעפּרעזענטירן די צוקונפֿט פֿון תּורה־לערנען אין דער הײַנטצײַטיקער קאָמפּיוטער־תּקופֿה, אָדער וועט בלײַבן אַ הויך־רעקלאַמירטער אומגעלונגענער פּראָיעקט, ווי ס׳איז שוין געשען אין אַ סך פֿאַלן.
די באַטייליקטע אינעם פּראָיעקט „מרכּבֿה‟ האָבן שוין געזאַמלט 1.5 מיליאָן דאָלאַר; ס׳רובֿ — פֿון די ברוקלינער סירישע ייִדן. די אָרגאַניזאַטאָרן האָפֿן צו זאַמלען נאָך 1.5 מיליאָן פֿון פֿאַרשיידענע צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדישע פֿונדאַציעס און פֿעדעראַציעס. יהודה משה, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער און מיטגרינדער, האָט געזאָגט, אַז ער האָפֿט, אַז דורך דער פּראָגראַם וועט די גאַנצע ייִדישע חכמה, קולטור און ווערטן ווערן נישט בלויז צוטריטלעך, נאָך אויך רעלעוואַנט פֿאַרן מאָדערנעם לעבן און במילא מער צוציִעוודיק פֿאַרן הײַנטיקן דור פֿון דער אינטעראַקטיווער עלעקטראָנישער מעדיאַ.
ביז דעצעמבער, האָט דער עולם ווייניק געוווּסט וועגן דעם פּראָיעקט. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, האָבן די שאַפֿער פֿאַרשפּרייט אויף דער אינטערנעץ אַ רעקלאַמע, וועלכע האָט אַרויסגערופֿן אַ ריי דיסקוסיעס אויף די ייִדישע בילדונג־פֿאָרומס. אַ טייל מענטשן האָבן זיך באַצויגן סקעפּטיש און געזאָגט, אַז דאָס זעט אויס בלויז ווי אַ שנאָר־פּלאַן אָן קיין פּראַקטישן נוצן. אַנדערע האָבן געטענהט, אַז אויף דער רעקלאַמע זעט מען נישט קיין פֿרויען. אַלע פֿאַרוואַלטער פֿון „מרכּבֿה‟ זענען מענער, על־פּי רובֿ פֿרומע ייִדן פֿון סירישן אָפּשטאַם.
דוד מאַגערמאַן, דער פּרעזידענט פֿון „קוהלת־פֿונדאַציע‟ האָט געזאָגט, אַז ער קלײַבט זיך נישט צו שטיצן אַזאַ פּראָגראַם, ווײַל זי איז „אויפֿגעקומען אין אַ וואַקוּוּם‟. די שאַפֿער האָבן זיך נישט געהאַלטן אַן עצה מיט דערפֿאַרענע פֿירער פֿון אַזעלכע פּראָיעקטן. אַ צאָל אַנדערע אינטערנעץ־רעסורסן דערמעגלעכן שוין צו לערנען ספֿרים אויף דער אינטערנעץ און אויף פֿאַרשיידענע עלעקטראָנישע מכשירים. „מרכּבֿה‟ פּרעזענטירט זיך אָבער פֿאַר דעם סאַמע אַמביציעזן פּראָיעקט פֿון אַזאַ מין און רעקלאַמירט זיך ווי „די גרעסטע זאַך, וואָס איז געשען מיטן תּלמוד, נאָכן תּלמוד אַליין‟.
משה האָט איבערגעגעבן, אַז די אַרבעט איבער „מרכּבֿה‟ גייט שוין אָן כּמעט פֿינף יאָר, און אַז דער „צוגרייט־טייל איז שוין פֿאַרטיק‟. אַ פּשוטע ווערסיע פֿון דער פּראָגראַם, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, דערמעגלעכט צו לערנען דעם „דף־יומי‟ און איז שוין פֿאַרשפּרייט געוואָרן, לויט זײַנע ווערטער, אין הונדערט בילדונג־אַנשטאַלטן, דער עיקר אין ענגלאַנד און אויסטראַליע. אין יולי, פּלאַנירט מען צוצוגעבן נאָך אַ טויזנט ספֿרים אויף לשון־קודש און ענגליש.
צבֿי פּיטינסקי, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ פֿון ניו־דזשערזי און דער מחבר פֿון אַ פּאָפּולערן בלאָג, האָט זיך באַצויגן פּאָזיטיוו צו דעם פּראָיעקט. מעגלעך, האָט ער דערקלערט, וועט „מרכּבֿה‟ עפֿענען, ווי געהעריק, די תּורה־קוואַלן פֿאַרן נײַעם דור פֿון די קאָמפּיוטער־באַנוצער. שירה עפּשטיין, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿונעם ניו־יאָרקער „ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר‟ האָט אָבער געזאָגט, אַז זי איז אַנטוישט, וואָס עס פֿיגורירן נישט קיין פֿרויען אינעם פּראָיעקט. משה האָט געענטפֿערט, אַז אַ טייל פֿון די ערשטע פֿינאַנציעלע שטיצער זענען געווען פֿרויען, און מע האָט בדעה אַרײַנצוציִען מער פֿרויען אויף שער פֿאַרוואַלטונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.