די וואָך, אָנהייבנדיק פֿונעם 12טן יאַנואַר, האָט די כּנסת גוטגעהייסן און קלײַבט זיך איצט אָנצונעמען דעם געזעץ, לויט וועלן מע וועט שטרענג פֿאַרווערן אין ישׂראל אַלע נאַצי־סימבאָלן, ווי אויך דעם אומנייטיקן באַנוץ מיטן עצם־וואָרט „נאַצי‟. איינע פֿון די הויפּט־סיבות הינטער דעם דאָזיקן פּלאַן זענען די חרדישע פּראָטעסטן קעגן דעם אַרמיי־דינסט, בעת וועלכע אַ טייל באַטייליקטע האָבן אויסגענוצט אַזעלכע סימבאָלן און פֿאַרגליכן די ישׂראלדיקע רעגירונג מיט די נאַציס. דער פֿאַרבאָט האָט אויך אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קעגנערשאַפֿט מצד פֿאַרשיידענע לינקע גרופּעס, פֿאַר וועלכע די נאַצי־סימבאָלן דינען דווקא ווי אַ פּראָטעסט־מיטל קעגן די עקסטרעם־רעכטע. דער „Forward‟ האָט דעם 13טן יאַנואַר פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿון ברענט סאַסלי, וווּ דער געזעץ ווערט קריטיקירט ווי אַ טיף אַנטי־דעמאָקראַטישער און סכּנותדיקער.
נישט דאָס בין איך אָבער אויסן צו דערציילן. עטלעכע מײַנע באַקאַנטע לינקע ישׂראלים האָבן מיר די וואָך דערמאָנט, אַז ישעיהו לייבאָוויטש, אַ באַקאַנטער ירושלימער פּראָפֿעסאָר און אַ פֿרומער ייִד פֿון מתנגדיש־ליטווישן שניט, פֿלעגט שאַרף קריטיקירן געוויסע מינים שטאַרק רעכטע ציוניסטן און אָנגערופֿן זיי „ייִדישע נאַציס‟. מײַנע באַקאַנטע האָבן געטענהט, אַז לויטן נײַעם געזעץ וועט מען קאָנען אײַנזעצן אַ מענטש אין תּפֿיסה פֿאַר אַזעלכע ווערטער.
מיט לייבאָוויטשס דעות בין איך באַקאַנט. עס האָט מיך אָבער פֿאַרחידושט, אַז אַ טייל פֿון זײַנע חסידים — וועלטלעכע לינקע, וועלכע ווייסן גאָר ווייניק וועגן דער פֿרומער טראַדיציע בכלל און נאָך ווייניקער וועגן דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון זייער רבין, האַלטן אים פֿאַר אַ העלד און אַן עטאַלאָן פֿון „עכטער‟ עטיש־פֿרומער ייִדישקייט, און פֿאָרט אינטערעסירן זיך נישט בכלל מיט לייבאָוויטשס גאַנץ ספּעציפֿישע תּורות. ס׳איז שווער פֿאַר זיי צו פֿאַרשטיין, אַז לייבאָוויטשס דרך איז ווײַט נישט געווען אַזוי אויטענטיש — לכל־הפּחות, פֿון דער חסידישער און קבלהדיקער פּערספּעקטיוו.
זײַענדיק אַן אומפּשרהדיקער און אַפֿילו עקסטרעמער מתנגד, האָט לייבאָוויטש אָפּגעלייקנט וועלכע־ניט־איז מעגלעכקייט פֿון געטלעכער אַנטפּלעקונג און קדושה אין דער וועלט. אַדרבה, אַ צאָל אַנדערע פֿרומע דענקער, אַרײַנגערעכנט די מתנגדישע, האָבן באַמערקט, אַז ער איז פֿאַרגאַנגען צו ווײַט אין זײַן שיטה און האָבן אים באַשולדיקט צוליב דעם אין אַפּיקורסות. אַזעלכע חסידישע הנהגות, ווי, צום בײַשפּיל, די בראַצלעווער נסיעות צום הייליקן רבי נמחנען קיין „אומאַן עיר־הקודש‟, ווי עס הייסט אַ הײַנטצײַטיק חסידיש לידל, זענען פֿאַר לייבאָוויטשן געווען אינגאַנצן פֿרעמד. נאָכמער, האָט ער בפֿירוש באַטראַכט ווי אַן עבֿודה־זרה דעם עצם־געדאַנק, אַז אַ געוויסער מענטש אָדער פּלאַץ קאָן זײַן הייליק.
אַ סך רעכטע רעליגיעזע ציוניסטן פֿאָקוסירן זיך אויף די מיסטישע טעאָריעס וועגן דער געטלעכער נאַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און וועגן דער קדושה פֿון ארץ־ישׂראל. ווען אַזעלכע געדאַנקען ווערן קאָמבינירט מיט אַ מיליטאַנטישן גײַסט און שׂינאה צו די אַראַבער, האָבן זיי געקלונגען פֿאַר לייבאָוויטשן נישט בלויז ווי אַן עבֿודה־זרה, אָבער ווי אַ פֿאַשיסטישע שיטה, וואָס דערמאָנט די פֿאַרגעטלעכונג פֿונעם דײַטשישן פֿאָלק און לאַנד אינעם דריטן רײַך. די סיבות פֿון לייבאָוויטשס אַרויסזאָגונגען ווערן גאַנץ דײַטלעך דערקלערט אין זײַנע ווערק און זענען טיף לאָגיש פֿאַרבונדן מיט זײַן ספּעציפֿיש־מתנגדישער טעאָלאָגיע.
מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָב איך געשמועסט מיט אַ יונגן בראַצלעווער חסיד פֿון ירושלים, פֿאַרבונדן מיט נטורי־קרתּא, וועלכער וווינט איצט אין מאָנסי, אַ פֿרום שטעטל אינעם שטאַט ניו־יאָרק. אין פֿאַרגלײַך מיט יענעם חסידס נעגאַטיווער באַציִונג צו דער ישׂראלדיקער רעכטער פּאָליטיק, קלינגט לייבאָוויטש גאַנץ מילד. איצט, טראַכטנדיק פֿון לייבאָוויטש, האָב איך באַמערקט, אַז די בראַצלעווער פֿילאָסאָפֿיע וואָלט פֿאַר אים געקלונגען געפֿערלעך פֿרעמד און „אומייִדישלעך‟.
דער חסיד האָט מיר דערציילט, אַז ווען ער וואָלט געהאַט די מעגלעכקייט, וואָלט ער אַרומגעפֿאָרן אַלע קבֿרי־צדיקים און אַנדערע מקומות־הקדושים אין איראַן, אין צפֿון־אַפֿריקע, אין גאַנץ מיזרח־אייראָפּע. ס׳איז באַזונדערס וויכטיק, אַז וואָס מער מענטשן זאָלן פֿאָרן אויף ראָש־השנה פֿון ירושלים קיין אומאַן, כּדי צו דערפֿילן דאָרטן די באַזונדערע קדושה פֿונעם דאָזיקן אוקראַיִנישן שטעטל.
מע זעט, אַז צוויי אינגאַנצן היפּוכדיקע שיטות קאָנען ברענגען מענטשן צו אויבערפֿלאַכיק ענלעכע קאָסמאָפּאָליטישע אויספֿירן, וואָס קומען אין סתּירה מיט דער פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל. לויט לייבאָוויטש, איז אין דער וועלט בכלל נישטאָ קיין קדושה, דעריבער טאָר מען נישט טראַכטן, אַז אַ געוויס אָרט אָדער פֿאָלק איז העכער, ווי די אַנדערע. פֿאַר רבי נחמנס חסיד, ווערט אין יעדעס גרעזעלע און ביימעלע אַנטפּלעקט דאָס געטלעכע ליכט, יעדער צופֿעליקער גוי קאָן זײַן אַ פּאָטענציאַלער גר מיט אַ הייליקער ייִדישער אמונה אין האַרצן, און אין דער גאַנצער וועלט איז וויכטיק דאָס באַהאַלטענע געטלעכקייט, און נישט גרענעצן און מלוכות.
אַלץ איז געטלעך — על־פּי־חסידות; אַבסאָלוט גאָרנישט אין דער וועלט איז געטלעך — על־פּי לייבאָוויטש. ס׳איז שווער אויסצוטראַכן צוויי מער היפּוכדיקע טעאָלאָגישע שיטות.
דער דאָזיקער בײַשפּיל ווײַזט אויך, ווי אַן אַלט מחלוקת צווישן די מתנגדים און חסידים בלײַבט נאָך אַלץ אַקטועל אויף דער ייִדישער גאַס און קאָן ברענגען עמעצן, אויף חידושדיקע אופֿנים, צו גאַנץ שאַרפֿע פּראַקטישע אויספֿירן. אינעם חב״ד־חסידות איז די דאָזיקע טעמע באַזונדערס אַנטוויקלט. די ליובאַוויטשער רביים און זייערע הײַנטיקע ממשיכים באַנוצן זיך צומאָל מיט דער קלאַסישער פּאַנטעיִסטישער פֿראַזע, וואָס מע דערציילט איבער דווקא אויף ייִדיש: „גאָט איז אַלץ — אַלץ איז גאָט‟. די בראַצלעווער האָבן ליב אַן אַנדער אויסדרוק מיטן זעלבן באַדײַט: „אין עוד בלבֿדו‟. הלל צייטלין, אַ באַקאַנטער חסידישער פֿילאָסאָף, וועלכער האָט קאָמבינירט ביידע שיטות פֿון חסידות, האָט דערקלערט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט שפּינאָזעס קאַלטער און מעכאַנישער שיטה, איז דער חסידישער פּאַנטעיִזם לעבעדיק.
אַדרבה, מע קאָן זאָגן, אַז שפּינאָזעס פֿילאָסאָפֿיע קלינגט מער ווי לייבאָוויטשס מתנגדישע שיטה. אין ביידע פֿאַלן, און אינגאַנצן אין סתּירה מיט חסידות, איז אין דער וועלט נישטאָ קיין אָרט פֿאַר אַנטפּלעקונגען פֿון קדושה און געטלעכקייט, ניסים און השגחה־פּרטית.
ס׳איז כּדאַי דאָ צו דערמאָנען אַן אינטערעסאַנטן האַלב־פֿאַרגעסענעם סקאַנדאַל, וואָס איז געשען מיט 310 יאָר צוריק אין לאָנדאָן, ווען דער בעל־שם־טובֿ איז נאָך געווען אַן אומבאַקאַנט פֿאַריתומט ייִנגל. די ליובאַוויטשער דערציילט צומאָל די דאָזיקע מעשׂה, כּדי צו פֿאַרטיידיקן זייערע דעות. הרבֿ דוד ניטו (ניִעטאָ), דער איטאַליעניש־געבוירענער ראָש פֿון דער לאָנדאָנער ספֿרדישער קהילה, אַ געבילדעטער דאָקטער און אַ גרויסער תּלמיד־חכם, האָט בעת אַ שבתדיקער דרשה געזאָגט, אַז על־פּי־תּורה איז נישטאָ קיין „נאַטור‟, ווײַל „גאָט איז די נאַטור, און די נאַטור איז גאָט‟.
ניִעטאָס ווערטער האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסע און לאַנגע מהומה. כּדי צו דערקלערן זײַן דרשה, האָט דער רבֿ אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 1704 אַ ספֿר אויף שפּאַניש מיטן נאָמען „Della Divina Providencia, ó sea Naturalezza Universal, ó Natura Naturante‟, וואָס ער דערקלערט זײַן אינדענטיפֿיקאַציע פֿון דער נאַטור מיטן רבונו־של־עולם. דאָס האָט אָבער נישט אָפּגעשטעלט די קריגערײַ; מע האָט חושד געווען, אַ טייל פֿון ניִעטאָס „מתנגדישע‟ קעגנער זענען געווען, פֿון זייער צד, נאָכפֿאָלגער פֿון שבתי צבֿי. הרבֿ צבֿי אַשכּנזי, באַקאַנט ווי „חכם צבֿי‟, איז געווען אַ שאַרפֿער קעמפֿער קעגן די שבתי־צבֿיניקעס; אינעם יאָר 1705, האָט ער געפּסקנט, אַז ניִעטאָס געדאַנקען זענען גאַנץ כּשר און שטימען מיט די דעות פֿון קלאַסישע ראשונים.
דער ספּעציפֿיש־חסידישער מין פּאַנטעיִזם איז באַקאַנט ווי „פּאַנענטעיִזם‟. על־פּי־חסידות, איז דער געטלעכער אין־סוף אָן אַ שיעור העכער ווי די געוויינטלעכע מענטשלעכע השׂגה פֿון דער גשמיותדיקער נאַטור. פֿונדעסטוועגן, איז אַלץ אינעם אוניווערס, אַרײַנגערעכנט דעם מענטשלעכן באַוווּסטזײַן, בלויז געטלעכע אַנטפּלעקונגען און נישט קיין זאַכן פֿאַר זיך.
אַגבֿ, נישט בלויז בײַ ייִדן ברענט שוין לאַנג פֿאַקטיש דאָס זעלבע מחלוקת. אַ סך באַקאַנטע מוסולמענישע מיסטיקער האָבן געהאַלטן, אַז אַלע זאַכן אין דער וועלט זענען מאַניפֿעסטאַציעס פֿונעם באַשעפֿערס שמות און קאָנען באַטראַכט ווערן ווי בלויז כוואַליעס אינעם געטלעכן אָקעאַן. אַ צאָל אָנהענגער פֿון אַזעלכע דעות, האָבן באַצאָלט פֿאַר זיי מיטן קאָפּ. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ טייל „מתנגדישע‟ מוסולמענער באַטראַכטן אַזעלכע דעות ווי כּפֿירה און עבֿודה־זרה, האָט זיי געשטיצט און פֿאַרשפּרייט, צום בײַשפּיל, אַיאַטאָלאַ רוכאָלאַ כאָמייני, דער הויפּט־אידעאָלאָג פֿון דער איראַנישער איסלאַמישער רעפּובליק. זײַענדיק אַ קאָנסערוואַטיוו־רעכטער פּאָליטיקער, האָט ער פֿאָרט ליב געהאַט די ווערק פֿון אַזעלכע באַרימטע סופֿי־חכמים, ווי מאַנסור אַל־האַלאַדזש און איבן אַראַבי.
אין דער קריסטלעכער געשיכטע איז באַקאַנט דער טראַגישער בײַשפּיל פֿון דזשאָרדאַנאָ ברונאָ — דער איטאַליענישער פֿילאָסאָף פֿונעם 16טן יאָרהונדערט און לאַוו־דווקא אַ ליבהאָבער פֿון ייִדן, וואָס מע האָט אים פֿאַרברענט אויף אַ שײַטער, צוליב זײַנע כּמו־חסידישע דעות, באַגרינדעט אויף דער גריכישער פֿילאָסאָפֿיע און קבלה. אַ טייל אַנדערע קריסטלעכע אָנהענגער פֿון ענלעכע שיטות — למשל, דער מיטל־עלטערלעכער אירלענדישער פֿילאָסאָף עריִוגענאַ — זענען אָפּגעקומען מיט באַשולדיקונגען און סקאַנדאַלן. ס׳זעט אויס, אַז פּראָ־פּאַנטעיִסטישע דעות זענען מער אָנגעמונען צווישן חסידים און שיִיִטן, אָבער נישט צווישן די מערבֿדיקע קריסטן.
בקיצור, דאָס זוכן די הייליקע שכינה אין דער וועלט און צו בויען פֿאַרן אייבערשטן אַ „דירה‟ אין דער וועלט, ווי די חב״דניקעס האָבן ליב צו זאָגן, קאָן זײַן אַ שווערע, סתּירותדיקע און צומאָל אַפֿילו סכּנותדיקע אויפֿגאַבע. פֿונדעסטוועגן, להיפּוך צו לייבאָוויטשס התנגדות, באַטראַכטן אַ סך ייִדן די פֿאָרמולע „אין עוד מלבֿדו‟ ווי אַן אינטעגראַלן און פּרינציפּיעל־נייטיקן טייל פֿון ייִדישקייט.
וועלכע פּאָזיציע איז מער מסוגל אָפּצוקערעווען אַ מענטש אויף רעכטס אָדער אויף לינקס? דאָס ווענדט זיך, מסתּמא, אינעם געוויסן פֿון יעדן באַזונדערן יחיד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.