זינט דעם ערשטן יאַנואַר, איז אַרײַנגעפֿירט געוואָרן אַ נײַער בויקאָט מצד דער אייראָפּעישער פֿאַראייניקונג קעגן געשעפֿטן און אַנשטאַלטן, וואָס געפֿינען זיך אָדער פֿונקציאָנירן הינטער דער ישׂראלדיקער גרינער ליניע.
די אייראָפּעישע באַאַמטע האַלטן, אַז דער בויקאָט איז נישט קיין נײַעס און סײַ ווי גייט ער אָן שטילערהייט אין עטלעכע מדינות. דאָס איז טאַקע אמת, און ישׂראל האָט אפֿילו מסכּים געווען, אַז אירע פּראָדוקטן זאָלן טראָגן אַן עטיקעט, וווּ עס שטייט פּונקט וווּ זיי זענען פּראָדוצירט געוואָרן, אַזוי אַז יעדער אייראָפּעישער זאָל קענען קויפֿן לויט ווי זײַן געוויסן דיקטירט אים.
איז, טאַקע אויב דער בויקאָט איז טאַקע נישט קיין נײַעס און איז נישט געצילט צו „באַשטראָפֿן‟ ישׂראל, פֿאַר וואָס איז פּלוצעם אָנגענומען געוואָרן אַזאַ „רעקאָמאַנדאַציע‟?
טיבעט קרעכצט שוין צענדליקער יאָרן אונטער די כינעזישע שטיוול, און די „אַלעקסאַנדרעטאַ‟ געביט אין סיריע געפֿינט זיך נאָך אַלץ אין טערקישע הענט, און דאָך פֿאַלט קיינעם נישט אײַן אַרײַנצולייגן טערקײַ אָדער געגנטן אין טערקײַ אין חרם.
שטעלט זיך אַ קשיא: מיט וואָס האָט ישׂראל זעל אַזוי פֿאַרזינדיקט?
יעדער האָט זיך זײַן מיינונג, אָבער איך האַלט, אַז מע קען נישט דערגיין די האַרבע ליניע וואָס אייראָפּע נעמט אָן כּסדר קעגן ישׂראל בלויז מיטן שׂכל, פּונקט אַזוי ווי מע קען נישט פֿאַרשטיין, להבֿדיל, דעם חורבן. ווי די ייִדן זאָלן נישט האָבן געפּרוּווט זײַן מער געטרײַ, מער „אייראָפּעיש‟, מער פּאַטריאָטיש, אַזוי איז די שׂינאה צו זיי געוואַקסן ביז דעם טרויעריקן סוף.
איך פֿאַרגלײַך נישט יענע פֿינצטערע יאָרן מיט הײַנט. די אונטערשטע שורה, אַזוי מיין איך, איז דאָס וואָס ישׂראל קען זיך נישט „אונטערקויפֿן‟ און די אייראָפּעישע שטעלונג האָט נישט קיין זינען. עס איז מיר קשה, וואָס דאַרף אַרויסקומען פֿון אַזאַ בויקאָט?
אַז מע וועט בויקאָטירן דעם גולן, וועט ישׂראל זיך דען צוריקציִען פֿון דאָרט? אים איבערגעבן אין די הענט פֿון דעם קצבֿ פֿון דמשׂק? די סאַלאַפֿיסטן? אַוועקגעבן דעם כּותל-המערבֿי צו אַבו-מאַזענען, אַבי מע זאָל פֿאַרקויפֿן אין די האָלענדישע סופּערמאַרקן מאַראַנצן און גרייפּפֿרוכט? די האַרטע ניס בײַ די קאָלאָניסטן וועלן זיך אַריבערציִען קיין תּל-אבֿיבֿ צו מאַכן געשעפֿטן מיט אייראָפּע? די ישׂראלדיקע באַנקען וועלן פֿאַרמאַכן די אָפּצווײַגן אין די שטחים? וווּ זאָלן, למשל, האַלטן די תּושבֿים זייערע קאָנטעס — אין „באַנק אַנגלאָ-פּאַלעסטינע?‟
צי חלומען טאַקע די אייראָפּעישע באַאַמטע וועגן דעם מאָמענט ווען די קירכע פֿון „דעם הייליקן קבר‟ וועט האָבן בעלי-בתּים פֿון „כאַמאַס‟ און „אַל-קײַדאַ‟? שווער צו גלויבן.
דער זיכערהייט-מיניסטער משה „בוגי‟ יעלון האָט דערקלערט די ישׂראלדיקע שטעלונג אַזוי: „בעסער אַ בויקאָט איידער ראַקעטן איבער דעם פֿליפֿעלד‟. און טאַקע ווער ס׳קען די שטימונג אין ישׂראל, ווייסט, אַז די מדינה וועט סײַ־ווי גאָרנישט אויפֿגעבן, אויב זי האַלט, אַז עס גייט אין די זיכערהייט פֿון אירע תּושבים.
דערווײַל איז שווער פֿאַרויסצוזען די גענוידיקע רעזולטאַט פֿון דעם בויקאָט, נאָר עס זעט אויס, אַז ער וועט נישט האָבן קיין גרויסע השפּעה אויף דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע. די שטחים איניינעם מיט מזרח-ירושלים און דעם גולן פֿאַרנעמען נישט דעם אויבן־אָן אינעם עקספּאָרט. ישׂראל קען לײַכט איבערלעבן די ענדערונגען אין איר עקאָנאָמיע. אין יעדן פֿאַל ווענדט ישׂראל אַלץ אָפֿטער איר בליק אויף מזרח, קיין אינדיע און כינע און ווייניקער קיין אייראָפּע.
די הויפּט-דאגה איז ווייניקער דער בויקאָט, און מער — וואָס ס׳וועט געשען ווײַטער צווישן ישׂראל און אייראָפּע, טאָמער איז אָט דער בויקאָט דער ערשטער שוואַלב פֿון אַ שווערן ווינטער אין זייערע באַציִונגען? אינעם פֿאַל וואָס די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען וועלן זיך אויסלאָזן מיט גאָרנישט, צי וועט אייראָפּע זיך באַנוגענען דערמיט אָדער אַרויפֿלייגן מער באַגרענעצונגען אויף אונדז?
ווי מע זאָל די זאַך נישט דרייען, זאָגט די צוקונפֿט אָן ווייניק גליקן פֿאַר די ווײַטערדיקע באַציִונגען: דער „אַראַבישער פֿרילינג‟ האָט פֿאַרגיכערט דעם אַרײַנשטראָם פֿון דער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג קיין אייראָפּע. די פּליטים פֿון סיריע, איראַק, עגיפּטן און ליביע זוכן פֿאַר זיך אַ זיכערן באָדן, און די צרות אין מיטל-מזרח הייבן זיך ערשט אָן; די אַנטלאָפֿענע וועלן זיך נישט אומקערן צו זייערע היימען אַזוי גיך.
מע האָט פֿריִער גערעכנט, אַז אין יאָר 2030 וועט דער איסלאַם ווערן, צום ערשטן, די רעליגיע פֿון דער מערהייט אין געוויסע גרויסע שטעט אין אייראָפּע ווי: מאַרסיי, ראָטערדאַם, אַמסטערדאַם און אויכעט די הויפּט-שטאָט פֿון אייראָפּע. אין בריסל זעט אָבער איצט אויס, אַז דער פּראָצעס גייט אָן אַ סך גיכער, און די מוסולמענער וועלן שוין ווערן אַ מערהייט אין לאַנד במשך פֿון די קומענדיקע צען יאָר. הײַנט, נישט געקוקט אויף די פֿאַרשיידנהייטן אין די ציפֿערן, באַטרעפֿט די באַפֿעלקערונג אַרום אַ פֿערטל איז אַלע אויסגערעכנטע שטעט.
די צאָל מוסולמענער אין מערב-אייראָפּע וואַקסט כּסדר און מע קען שוין נישט צוריקדרייען דאָס רעדל, פּונקט ווי מע קען נישט צוריקדרייען דאָס רעדל אין דעם גולן און די שטחים. איין זאַך איז זיכער: אייראָפּע וועט אַדורכגיין אַ גרויסע ענדערונג.
ישׂראל קען נישט משפּיע זײַן אויפֿן פּראָצעס. אין אַלגעמיין, האָט זי ווייניק וואָס צו דערוואַרטן פֿון אייראָפּע, מיט אַזאַ ריזיקער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג.
די שׂינאה אינעם ערגסטן פֿאַל, און אונטערדריקונג פֿון ייִדן אין דעם בעסטן פֿאַל, איז אַ הויפּט-שטריך אין דעם איסלאַם; און די קעגנערשאַפֿט צו ישׂראל וועט נישט ווערן קלענער, ווי ווײַט מע קען זען.
אייראָפּע ווערט אויך געפֿערלעכער פֿאַר אירע ייִדן, און זיי פֿאַרלאָזן דעם קאָנטינענט: הײַ-יאָר האָבן עולה געווען 3,200 עולים פֿון פֿראַנקרײַך און מע רעכנט, אַז אַ טאָפּלטע צאָל האָט אַרויסגעוואַנדערט קיין קאַנאַדע און אַמעריקע. די ייִדן זעען ווי די כמאַרעס ציִען זיך אָן, פּאַקן זיי שוין אײַן זייערע טשעמאָדאַנען.
אפֿשר דינט דער בויקאָט ווי אַ וועק-זייגער פֿאַר ישׂראל, זי זאָל זוכן נײַע מאַרקן און נײַע שותּפֿים אויסער אייראָפּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.