די צײַט פֿליט. שוין 90 יאָר זײַנען אַדורך זינט וולאַדימיר לענינס טויט, אָבער דער פּלאַנעט טראָגט נאָך אַלץ אויף זײַנע קאָנטינענטן ניט ווייניק לײַט, וואָס בלײַבן געטרײַ זײַן אָנדענק. אָבער דעמאָלט, מיט 90 יאָר צוריק, איז די צאָל לעניניסטן געווען נאָך גרעסער, בפֿרט צווישן ייִדן. דוד האָפֿשטיין, דער קיִעווער דיכטער וועלכער איז שפּעטער דערהרגעט געוואָרן אונטער דער ממשלה פֿון אַן „עכטן‟ לעניניסט, סטאַלין, האָט אָנגעשריבן אַ ליד, וואָס ער האָט אָנגערופֿן: „22 יאַנואַר 1924‟ — אַ טאָג נאָך לענינס טויט, ווען זײַן טרונע איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן אין דעם מאָסקווער „הויז פֿון פֿאַראיינען‟:
אין דעם הויז פֿון די פֿאַראיינען
איז דײַן אָרון דאַן געשטאַנען.
אַלטע, יונגע, קינדער קליינע —
אַלע האָבן מיר פֿאַרשטאַנען,
אַז אַוועק פֿון אונדז איז לענין
מיט זײַן גרויסער, שטרענגער ליבע.
נאָר מיר קאָנען אים נאָך קענען,
ווײַל זײַן לערע איז געבליבן.
כ׳וועל געדענקען אַלע יאָרן
אין געפֿילן, אין געדאַנקען,
אַז איך בין פֿאַרבײַ זײַן אָרון
מיט די מענגען דורכגעגאַנגען.
מע זאָל ניט פֿאַרגעסן לענינען, האָט דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער שרײַבער שלמה דאַווידמאַן אָנגעשריבן אַ מעשׂהלע, וואָס ער האָט אָנגערופֿן „מאָטעלע פֿון דאָרף ׳איקאָר׳ און חבֿר לענין‟. די אָרגאַניזאַציע „איקאָר‟ איז געשאַפֿן געוואָרן אין אַמעריקע צו שטיצן די סאָוועטישע ייִדן, וועלכע זײַנען געוואָרן פֿאַרמערס. אַזוי האָט געטאָן אויך מאָטעלעס משפּחה — אַריבערגעפֿאָרן פֿון אַ שטעטל אין אַ ייִדישן דאָרף. אָבער אין אַ צײַט אַרום האָט מאָטעלע באַשלאָסן, אַז ער מוז זען לענינען (די מעשׂה ברענג איך דאָ שטאַרק געקירצט, און כ׳האָב בכּיוון אָפּגעהיט דאָס לשון פֿונעם אָריגינאַל):
אַזוי ווי ער איז נאָר אָנגעקומען קיין מאָסקווע, איז אים זייער פֿריילעך געוואָרן. ער וועט דאָך באַלד זען לענינען. דערווײַל קוקט ער אויף די שיינע גאַסן, אויף די גרויסע הײַזער און אויף די גרויסע טראַמווײַען און אויטאָבוסן, וואָס פֿליִען אַזוי שנעל. און ער גייט זיך אַזוי פֿון גאַס צו גאַס. און יעדן שטעלט ער אָפּ און פֿרעגט:
“חבֿר, וווּ וווינט חבֿר לענין?”
קוקט מען אַזוי אויף אים, מע שמייכלט און מע הייסט גיין אַהין, אַהין. גייט ער.
מיטאַמאָל קומט ער אָן אויף אַ גרויסן פּלאַץ, דער רויטער פּלאַץ. און דאָרטן שטייט אַ גרויסע הויז, דער רויטער קרעמל. און דאָרטן, זאָגט מען אים, וווינט חבֿר לענין. ווערט ער שוין גאָר לעבעדיק. אָט באַלד וועט ער שוין טאַקע זען חבֿר לענינען. אָבער בײַ דער טיר פֿון דער גרויסער הויז שטייען צוויי סאָלדאַטן מיט ביקסן, מיט שטערנדלעך אויף די היטלען און לאָזן אים ניט אַרײַן.
“וואָס דאַרפֿסטו דאָ, חבֿרל?” — פֿרעגט אים איין סאָלדאַט.
“איך דאַרף זען חבֿר לענינען!” — ענטפֿערט מאָטעלע שטאָלץ, און וויל זיך לאָזן אַרײַנגיין.
“אָבער צו וואָס דאַרפֿסטו דען חבֿר לענינען?” — פֿרעגט אים דער צווייטער סאָלדאַט.
„איך דאַרף מיט אים עפּעס רעדן‟ — זאָגט מאָטעלע.
„וואָס דאַרפֿסטו מיט אים רעדן?‟ — פֿרעגט נאָך אַ מאָל דער ערשטער סאָלדאַט.
„זע נאָר, וואָס פֿרעגט איר מיר אַזוי פֿיל? עס וווינט דען דאָ אַ שלעכטער קיניג, אַ צאַר? עס לעבט דאָך דאָ חבֿר לענין!‟ — איז שוין מאָטעלע בייז.
איז דער חבֿר סאָלדאַט באַלד אַרויף און באַלד געקומען צוריק מיט אַ שמייכעלע: „חבֿר לענין האָט געזאָגט, אַז דו קענסט גלײַך אַרײַנגיין‟.
„וואָס טוסטו אַ גאַנצן טאָג?‟ — פֿרעגט חבֿר לענין מיט אַ שמייכעלע.
„אַלע קינדער און טאַטעס און מאַמעס דערמאָנען יעדן טאָג דײַן נאָמען‟.
„וועסט גיין מאָרגן מיט מיר צום פּאַראַד?‟
„אויף אַ פּאַראַד וועל איך זיך שעמען צו גיין‟.
„פֿאַר וואָס?‟ — האָט חבֿר לענין געפֿרעגט דערשראָקן.
„איך האָב צעריסן מײַנע הייזן אויפֿן וועג. און מיט צעריסענע הייזן איז ניט שיין צו גיין מיט דיר אויף אַ פּאַראַד‟. „אַנו, ווײַז!‟
און חבֿר לענין האָט געדרייט מאָטעלען פֿון אַלע זײַטן און באַטראַכט זײַנע הייזן.
„טו אויס גלײַך די הייזן!‟ — האָט חבֿר לענין באַפֿוילט.
האָט חבֿר לענין אַרײַנגערופֿן חבֿרטע לענין און איר דערציילט די גאַנצע מעשׂה. האָט זי זיך זייער דערפֿרייט און אַרויסגעכאַפּט די הייזן און איז אַנטלאָפֿן.
אין דער פֿרי כאַפּט זיך מאָטעלע אויף, זעט ער ווי חבֿר לענין האַלט זײַנע הייזן און שמייכלט. קוקט אַזוי מאָטעלע אויף זײַנע הייזן און קען זיי ניט דערקענען.
און אַזוי ווײַטער. אפֿשר געדענקט עמעצער פֿון די לייענער, ווי אַזוי זי אָדער ער האָט געהאַט געלייענט אָט די געשיכטע. איך בין אַליין קינדווײַז געהאָדעוועט געוואָרן מיט ענלעכע זיסינקע באָבע-מעשׂיות, און אין משך פֿון אַ גאַנץ היפּשער צײַט ניט געקענט זיך באַפֿרײַען פֿון אַ מין רעליגיעזן דרך-ארץ פֿאַר אָט דעם האַלב-מענטשן און האַלב-גאָט. איך האָב אַפֿילו ניט געקענט פֿאַרטראָגן קיין אַנעקדאָטן וועגן לענינען. דערנאָך איז אָט די “קרענק” אַדורך. אָבער פֿון דעמאָלט אָן פֿאַרשטיי איך, ווי שטאַרק קען זײַן די פּראָפּאַגאַנדע און ווי אומבאַהאָלפֿן קען זײַן אַ מענטש, בפֿרט אַ קינד, וואָס פֿאַלט אַרײַן אונטער איר השפּעה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.