באַהאַלטן וואַנט־געמעל אין ווערמאָנט

Jewish Mural‘s Hidden History in Vermont

LOSTSHULMURAL.ORG

פֿון סעמיועל ד. גרובער (Forward)

Published January 21, 2014, issue of February 14, 2014.

אין אַן אַלטן בנין אין בורלינגטאָן, ווירדזשיניע, געפֿינט זיך הײַנט אַ זעלטענער רמז פֿון די אַמאָליקע ליטוויש־ייִדישע אימיגראַנטן: אַ 100־יאָריק וואַנט־געמעל.

אָנהייבנדיק פֿון די 1880ער יאָרן, האָבן אַ צאָל ליטווישע ייִדן זיך באַזעצט אין בורלינגטאָן און געגרינדעט די שיל „אוהבֿי־צדק‟ אין 1885. הײַנט וווינען אַ סך פֿון זייערע אור־אייניקלעך נאָך אַלץ אין דער שטאָט, און די שיל דינט ווי אַן אַקטיווע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגע.

אַהרן גאָלדבערג, אַ בורלינגטאָנער אײַנוווינער און איינער פֿון צוויי פֿרײַוויליקע אַרכיוויסטן פֿון „אוהבֿי־צדק‟, פֿירט איצט אָן מיט אַ קאַמפּאַניע צו רעסטאַוורירן דאָס וואַנטבילד און עס אַריבערפֿירן אין דער הײַנטיקער שיל. דער „צענטער פֿון חורבן־שטודיעס‟ אינעם ווערמאָנטער אוניווערסיטעט איז אַן אַקטיווער שטיצער פֿונעם פּראָיעקט.

דאָס „וואַנטבילד פֿון דער פֿאַרלוירענער שיל‟, ווי מע רופֿט עס, איז אַנטדעקט געוואָרן צווישן די ווענט פֿון אַ הויז, וואָס האָט אַ מאָל געדינט ווי דער בנין פֿון אַ צווייטער שיל, „חי־אָדם‟, געגרינדעט אין 1889, נאָכן אָפּזונדערן זיך פֿון „אוהבֿי־צדק‟. בערך אין יאָר 1910, האָט די שיל אָנגעשטעלט אַ יונגן ליטוויש־ייִדישן קינסטלער, בן־ציון בלאַק, צו מאָלן דאָס וואַנבילד — אַ פּראָיעקט, וואָס האָט געדויערט זעקס חדשים לאַנג, און וואָס ער האָט דערפֿאַר פֿאַרדינט $200.

בלאַק, אַ געבוירענער אין קאָוונע, האָט געאַרבעט ווי אַ מאָלער, אַטקיאָר, אַ ייִדישער שרײַבער און מאַנדאָלין־שפּילער. ער אַליין איז געווען אַ סעקולערער ייִדישיסט, און האָט זיך קיין מאָל נישט אָנגעשלאָסן אין קיין שיל. בלאַק האָט זיך געלערנט קונסט אין דער ליטע, וווּ זײַן טאַטע האָט אילוסטרירט ביכער. דאָס „וואַנטבילד פֿון דער פֿאַרלוירענער שיל‟ איז אַ זעלטענער בײַשפּיל פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קונסט־טראַדיציע, וואָס האָט צונויפֿגעפֿלאָכטן עלעמענטן פֿון פֿאָלקס־קונסט מיט די טעכניקן פֿון דער מאָדערער קונסט־בילדונג.

הײַנט אין גאַנץ מיזרח־אייראָפּע זענען פֿאַרבליבן בלויז עטלעכע שיל־דעקאָראַציעס, וואָס קאָנען זיך פֿאַרגלײַכן מיט דעם וואַנט־געמעל אין בורלינגטאָן: אין פּינטשעוו, פּוילן; באָסקאָוויצע, טשעכישער רעפּובליק; בענדזין און קראָקע, ביידע אין פּוילן.

די שיל „חי־אָדם‟ האָט זיך געשלאָסן אין 1939 נאָכן צונויפֿגיסן זיך מיט „אוהבֿי־צדק‟, און מע האָט פֿונעם וואַנטבילד פֿאַרגעסן. אין 1986, ווען דער אייגנטימער פֿונעם בנין האָט באַשלאָסן עס צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ וווינהויז, האָבן גאָלדבערג און אַנדערע אים איבערגעצײַגט נישט צו צעשטערן דאָס וואַנטבילד. הײַיאָר האָבן גאָלדבערג און זײַן קאָלעגע, דזשעפֿרי פּאָטאַש, זיך אונטערגענומען עס צו ראַטעווען.

„אוהבֿי־צדק‟ דינגט איצט די דירה, וואָס געפֿינט זיך הינטערן וואַנטבילד, און דערווײַל האָט מען שוין אויסגעשניטן אַ טייל פֿון דער וואַנט, כּדי מע זאָל קענען אָנקוקן כאָטש אַ טייל פֿונעם קונסטווערק. קאָנסטאַנץ סילווער, אַ בילד־קאָנסערוואַטאָרין, וועלכע איז אָנגעשטעלט געוואָרן צו רעסטאַווירן דאָס וואַנטבילד, האָט געזאָגט, אַז זײַן מצבֿ איז נישט קיין פֿויגלדיקער, אָבער מע וועט עס זיכער קאָנען רעמאָנטירן. נאָך דעם ווי די קהילה וועט זאַמלען די פֿאָנדן, האָפֿט מען איבערצופֿירן די וואַנט אינעם אַרײַנגאַנג פֿון „אוהבֿי־צדק‟, אין איינעם מיט אַן אויסשטעלונג, וואָס דערציילט די אייגנאַרטיקע געשיכטע פֿון דער ווערמאָנטער ייִדישער קהילה.