דעם 18טן יאַנואַר, שבת אויף דער נאַכט, איז דובֿ־בער גליקמאַן, אַן 28־יאָריקער כּולל־יונגערמאַן, אַטאַקירט געוואָרן אין קיִעוו. ווען גליקמאַן איז אַרויס פֿון דער אַלטער שיל, וואָס געפֿינט זיך אינעם קיִעווער ראַיאָן פּאָדאָל און אָנגעפֿירט דורכן אוקראַיִנישן הויפּט־רבֿ יעקבֿ בלײַך, זענען דרײַ מענער צוגעקומען צו אים אויף דער גאַס און געשטאָכן אים מיט אַ מעסער.
נאָכן אינצידענט, האָט דער יונגערמאַן זיך אומגעקערט אין דער שיל און איז געבראַכט געוואָרן אין שפּיטאָל. הרבֿ משה אַסמאַן, דער אוקראַיִנישער ליובאַוויטשער הויפּט־רבֿ, האָט איבערגעגעבן, אַז גליקמאַן האָט געליטן פֿון ערנסטע וווּנדן און פֿאַרלוירן אַ סך בלוט.
די פּאָליציי האָט דערווײַל נישט געפֿונען די פֿאַרברעכער, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן נאָכן אַטאַק. מיט אַ וואָך צוריק, האָט אַ צווייטער ייִדישער אײַנוווינער פֿון קיִעוו געליטן פֿון אַן אָנפֿאַל. פֿיר מענער האָבן אַטאַקירט אַ ישׂראלדיקן לערער פֿון העברעיִש, ווען ער איז אַרויס פֿון דער שיל פֿרײַטיק־צו־נאַכטס. די אָנפֿאַלער האָבן אים נאָכגעפֿאָלגט און אָנגעהויבן אים שלאָגן בײַם אַרײַנגאַנג צו זײַן הויז. ווען די שכנים זענען אַרויסגעגאַנגען אים צו העלפֿן, זענען די אָנפֿאַלער אַנטלאָפֿן. איינעם פֿון זיי האָט מען שוין אַרעסטירט.
מאַרק לעווין, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע „NCSJ‟, וואָס באַשיצט דעם מצבֿ פֿון ייִדן אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע און אַנדערע לענדער פֿון אייראָפּע און אַזיע, האָט שאַרף פֿאַרדאַמט די אָנפֿאַלן און באַמערקט, אַז ביידע אינצידענטן זענען געשען שבת. ס׳זעט אויס, אַז די אָנפֿאַלער האָבן בכּיוון אויסגעקליבן די צײַט, ווען אַ סך ייִדן גייען דאַוונען אין שיל. במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים, איז די אַטמאָספֿער אין קיִעוו געוואָרן אַ סך אומרויִקער פֿאַר דער אָרטיקער ייִדישער קהילה.
לעווין האָט גערופֿן די מלוכה און די פּאָליציי בעסער צו באַשיצן די שילן און אַנדערע ייִדישע ערטער אין דער שטאָט. ער האָט געבעטן דעם אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין קיִעוו צו באַהאַנדלען דעם ענין מיט די אוקראַיִנישע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן. די ישיבֿה־בחורים און כּולל־יונגעלײַט האָבן, פֿון זייער צד, אָרגאַניזירט אַן אייגענעם זיכערהייט־פּאַטרול אַרום דער שיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.