דעם פֿרילינג וועט די אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־סטאַנציע PBS טראַנסמיטירן The Story of the Jews (די געשיכטע פֿון די ייִדן) מיט סײַמאָן שאַמאַ — אַ דאָקומענטאַלער פֿילם אין פֿינף קאַפּיטלען, וואָס אַנאַליזירט די השפּעה פֿון די ייִדן און זייער קולטור איבער די אַנדערע פֿעלקער פֿון דער וועלט. יעדעס קאַפּיטל פֿון דער סעריע איז צוויי שעה לאַנג.
בעת דער סעריע באַזוכט שאַמאַ — אַ ייִדישער היסטאָריקער און שרײַבער, וועלכער האָט שוין געוווּנען אַ צאָל פּרעמיעס — רוסלאַנד, אוקראַיִע, עגיפּטן, ישׂראל און שפּאַניע.
פֿאַראַיאָרן איז די סעריע טראַנסמיטירט געוואָרן אויף דער בריטישער סטאַנציע BBC, וווּ דער אָפּרוף איז געווען זייער אַ פּאָזיטיווער. בעת אַן אינטערוויו מיט „האָרץ‟, האָט שאַמאַ אויסגעדריקט איבערראַשונג, וואָס זײַן פּראָגראַם וועגן ייִדן האָט אַרויסגערופֿן אַזוי פֿיל לויב אין ענגלאַנד, בפֿרט אַז שאַמאַ אידענטיפֿיצירט זיך אין דער פּראָגראַם ווי אַ שטאָלצער ציוניסט. נאָכן דערציילן די געשיכטע פֿונעם טרויעריק־באַרימטן פּראָצעס קעגן דעם פֿראַנצייזיש־ייִדישן סאָלדאַט אַלפֿרעד דרײַפֿוס, און דעם רושם וואָס דאָס האָט געמאַכט אויף דעם אַסימילירטן ייִדישן זשורנאַליסט טעאָדאָר הערצל, דערלקערט שאַמאַ, זיצנדיק אין אַ ווינער קאַפֿע: „איך בין אַ ציוניסט, און איך וועל זיך קיין מאָל נישט אַנטשולדיקן דערפֿאַר.‟
במשך פֿון דער סעריע, שמועסט שאַמאַ מיט אַ צאָל אַקאַדעמיקער און ייִדישע פּליטים וועגן פֿאַרשידענע טעמעס ווי, למשל, די ערשט־אַנטדעקטע אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען פֿון דער תּנכישער תּקופֿה, אָדער וועגן דער מוזיק פֿון פֿעליקס מענדלסאָן.
„אויב מע וואָלט אַרויסגענומען פֿון אונדזער קאָלעקטיווער געשיכטע די בײַשטײַערס, וואָס די ייִדן האָבן געמאַכט אין דער קולטור פֿון דער מענטשהייט, וואָלטן מיר די וועלט אין גאַנצן נישט דערקענט,‟ האָט שאַמאַ באַמערקט. „ס׳וואָלט נישט עקזיסטירט קיין מאָנאָטעיִזם אָדער דער ביבל, און אונדזער באַגריף פֿון מאָדערנקייט וואָלט אויך געווען זייער אַנדערש. מיט אַנדערע ווערטער — די געשיכטע פֿון די ייִדן איז אויך די געשיכטע פֿון אונדז אַלעמען. „ווען מע קוקט אויף דער סעריע, האָף איך, אַז מע וועט פֿאַרשטיין די דאָזיקע פֿאַרבינדונג,‟ האָט שאַמאַ געזאָגט. „אַ געוועב פֿון קולטורעלע פֿעדעמער, וואָס ציט זיך שוין טויזנטער יאָרן — סײַ דורך די ליכטיקע צײַטן, סײַ דורך די פֿינצטערע, אָבער אין לעצטן סך־הכּל, שפּינען די פֿעדעמער אַ פֿאַרכאַפּנדיקע, און אַמאָל טראַגישע, שאַפֿערישקייט.‟
דער ערשטער פֿון די פֿינף קאַפּיטלען וועט געוויזן ווערן דינסטיק, דעם 25סטן מאַרץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.