דעם 3טן ביזן 10טן אויגוסט וועט פֿאָרקומען צום דריטן מאָל די פּראָגראַם „גרויסאַרטיקע ייִדישע ביכער‟ (Great Jewish Books) בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. די פּראָגראַם, פֿאַר מיטלשול תּלמידים, וואָס הייבן אָן זייער דריט אָדער פֿערט שול־יאָר, באַשטייט פֿון אַ סעריע סעמינאַרן געווידמענט דער ייִדישער, העברעיִשער און אַנגלאָ־אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אויך ווערק אויף ייִדישע טעמעס, געשריבן אויף אַנדערע שפּראַכן. בעת דער פּראָגראַם לייענען די תּלמדים ליטעראַרישע ווערק אין דער ענגלישער איבערזעצונג און זיי רעדן אַרום די פֿאַרשידענע טעמעס און מאָטיוון, וואָס די ווערק באַהאַנדלען. די סטודענטן טרעפֿן זיך אויך מיט די מחברים פֿון געוויסע ווערק, וואָס מע לייענט בשעת דער פּראָגראַם און די מחברים פֿירן אַדורך דיסקוסיעס מיט די סטודענטן וועגן זיי. מע לערנט די סטודענטן אויך אַ ביסל וועגן ייִדיש און דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער.
„ניט געקוקט אויפֿן נאָמען פֿון דער פּראָגראַם, לייענען מיר באמת ניט קיין גאַנצע ביכער ווײַל עס האַנדלט זיך וועגן אַן איין־וואָכיקער פּראָגראַם און ס׳איז פּשוט ניטאָ קיין צײַט אויף דעם,‟ האָט ד׳׳ר דזשאָש לאַמבערט, דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, איבערגעגעבן בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „מיר לייענען קורצע דערציילונגען, לידער און צומאָל אויסצוגן פֿון ראָמאַנען. צווישן די מאַטעריאַלן, וואָס זענען ספּעציעל גוט צוגעפּאַסט פֿאַר דער פּראָגראַם, זענען די געטאָ־לידער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וועלכע האָבן אַ שטאַרקע עמאָציאָנעלע ווירקונג אויף די סטודענטן און די קורצע דערציילונג פֿון פֿיליפּ ראָט „דער פֿאַרטיידיקער פֿונעם גלויבן‟. די סטודענטן האָבן אויך ספּעציעל ליב די מעשׂיות פֿון גרייס פּיילי. און פֿאַרשטייט זיך, אַז וואָס פֿאַר אַ ווערק איז זיי צום מערסטנס געפֿעלן ווענדט זיך אויך אין זייערע אייגענע אינטערעסן און געשמאַקן.‟
אויף דער פֿראַגע, צי ליטעראַרישע ווערק, וואָס מע האָט לכתּחילה געשריבן אויף ייִדיש, ווערן אַנדערש באַטראַכט פֿון די סטודענטן, ווי ווערק וואָס מע האָט געשריבן אויף אַנדערע שפּראַכן, האָט ד׳׳ר לאַמבערט געענפֿערט אַז יאָ. „ס׳איז דאָ אַן אונטערשייד, צווישן ווי אַזוי די סטודענטן רעאַגירן אויף די טעקסטן, וועלכע מע האָט געשריבן אויף ייִדיש און די, וועלכע מע האָט געשריבן אויף אַנדערע שפּראַכן,‟ האָט ד׳׳ר לאַמבערט דערקלערט. „די סטודענטן ווייסן כאָטש, אַז עס עקזיסטירט אַזאַ זאַך ווי די העברעיִשע ליטעראַטור אָבער די ייִדישע ליטעראַטור איז אָפֿט בײַ זיי אַ חידוש. די סטודענטן פֿילן ווי מע האָט די ייִדישע טעקסטן דווקא צוריקגעהאַלטן פֿון זיי. זיי האָבן זיך אין גאַנצן ניט באַקענט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור אין זייערע שולן אָדער יוגנט־באַוועגונגען. איז דאָ אַן אינטערעס און באַגײַסטערונג מיט דעם, וואָס מע אַנטדעקט עפּעס נײַס.‟
אויף דער פֿראַגע, וואָס פֿאַר אַ מינים תּלמידים באַטייליקן זיך אין דער פּראָגראַם, האָט ד׳׳ר לאַמבערט איבערגעגעבן אַז „זייערע הינטערגרונטן ווענדן זיך מיט יעדן יאָר. אפֿשר אַ דריטל פֿון זיי זענען סטודענטן אין די ייִדישע טאָג־שולן. צווישן די טאָג־שול סטודענטן געפֿינט מען אַ געמיש פֿון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע, מער ליבעראַלע און קהילה־שולן (די וואָס נעמען אַרײַן קינדער פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע דענאָמינאַציעס). מיר האָבן אַפֿילו געהאַט אַ חב״דניק און אַ סטודענטקע פֿון בית־יעקבֿ.‟
„איך בין ספּעציעל שטאָלץ, וואָס מיר זענען מצליח צוזאַמענצוברענגען יונגע ייִדן פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן און אַלע מיני ייִדישע קרײַזן‟ האָט ד׳׳ר לאַמבערט צוגעגעבן. „מיר באַקומען וועלטלעכע ייִדישע קינדער, וועלכע טרעפֿן זיך צום ערשטן מאָל מיט אָרטאָדאָקסישע ייִדן און קענען בײַ זיי פֿרעגן, וואָס מיינט פֿאַר זיי ייִדישקייט? ווי אַזוי דאַוונט מען בײַ זיי? מיר האָבן אינטערעסאַנטע מאָמענטן אין וועלכע די ליטעראַטור אַליין דינט ווי אַ בריק צווישן זיי, ווײַל זי איז עפּעס מיט וועלכער זיי קענען זיך פֿאַרבינדן אויפֿן זעלביקן ניוואָ. דאָס איז דער היפּוך, למשל, פֿון ביבלישע שטודיעס, מיט וועלכע די אָרטאָדאָקסישע קינדער זענען, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך מער באַהאַוונט. מיט דער ליטעראַטור האָט קיינער פֿון זיי מער פּראַקטיק מיט דעם צוליב זייער ייִדישער דערציונג, כאָטש זיי האָבן אַלע אַ גרויסן אינטערעס צו דעם.‟
ד׳׳ר לאַמבערט האָט איבערגעגעבן, אַז ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די סטודענטן שטאַמען פֿון פֿאַרשידאַרטיקע קהילות און לעבנסשטייגערס, האָבן די סטודענטן יאָ איין בשותפֿסדיקער זעלטענער כאַרעקטעריסטיק: „אין דער פּראָגראַם דאַרף מען ניט אײַנרעדן די סטודענטן אַז די ליטעראַטור איז וויכטיק אָדער אינטערעסאַנט ווײַל זיי זענען שוין געקומען צוליבן אייגענעם אינטערעס. בײַ אַ סך פֿון זיי איז די ליטעראַטור דווקא א מער צוטריטלעכער אופֿן, ווי אַזוי מע קען אָנרירן און באַטראַכטן גרעסערע פֿראַגן, אָן צו דאַרפֿן אַרײַנקוקן אין ריזיקע סאָציאָלאָגישע טעקסטן. ס׳טרעפֿט זיך אויך אַז מענטשן זענען מער באַקוועם צו רעדן וועגן דער ליטעראַטור ווי אַנדערע טעמעס. איין זאַך, וואָס איז מיר געווען בפֿירוש אינטערעסאַנט, איז אַז די ליטעראַטור שאַפֿט ניט קיין פּאָלעמיק מענטשן אַזוי ווי אַ דיסקוסיע וועגן רעליגיע אָדער פּאָליטיק‟.
ד׳׳ר לאַמבערט האָט איבערגעגעבן, אַז די פּראָגראַם איז געפֿעלן די תּלמידים. „די רעאַקציעס, וואָס מיר האָבן באַקומען פֿון די סטודענטן, זענען געווען אויסערגעוויינטלעך. ווען איך האָב בײַ זיי געפֿרעגט, וואָס איז זיי געפֿעלן וועגן דער פּראָגראַם, האָבן ס׳מערסטע סטודענטן איבערגעגעבן, אַז פֿאַר זיי איז עס געווען באַזונדערס שיין צו קענען זיך צוזאַמענקומען אויף אַ וואָך און לערנען וועגן ליטעראַטור אויף אַן ערנסטן אופֿן אָן דעם, וואָס מע זאָל זיי אָפֿיציעל אָפּשאַצן ווי אין אַ שול. די סטודענטן דאַרפֿן ניט זאָרגן פֿאַר קיין צייכנס.‟
ד׳׳ר לאַמבערט האָפֿט, אַז די פּראָגראַם „גרויסאַרטיקע ייִדישע ביכער‟ וועט העלפֿן, אַז די ייִדישע ליטעראַטור זאָל שפּילן וואָס גרעסער אַ ראָלע אין דער ייִדישער דערציונג. „די סיבה, פֿאַר וואָס, איך בין אליין אַזוי באַגײַסטערט מיט דער פּראָגראַם, איז ווײַל איך בין אַליין געווען אַ סטודענט אין די ייִדישע טאָג־שולן און מיר האָבן ניט געלייענט קיין שום ווערק פֿון שלום־עליכם אָדער סינטיאַ אָזיק, אָדער אַפֿילו זיי דערמאָנט. האָב איך זיך קיינמאָל ניט באַקענט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור, ביז איך איך בין געקומען אין אוניווערסיטעט. איך ווייס ניט אויב ס׳מערסטע סטודענטן אין די ייִדישע טאָג־שולן האָבן געהאַט ענלעכע איבערלעבענישן. אָבער איך האַלט אַז זי איז ניט קיין נאָרמאַלער טייל פֿון דער ייִדישער דערציונג. מע וואָלט געקענט טאָן אַ סך מער מיט דעם. אויף דעם צוועק האָפֿן מיר צו מאַכן לערן־פּלענער וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס לערערס אין די ייִדישע טאָג־שולן און אויך די עפֿנטלעכע שולן, וועלן קענען באַנוצן, אַז דער מאַטעריאַל זאָל זײַן וואָס מער צוטריטלעך.‟
די סטודענטן האָבן אָבער ניט בלויז זיך פֿאַראינטערעסירט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, נאָר געוויסע האָבן אויך אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך. פֿאַראַיאָרן האָט דוד שליט, אַ געוועזענער סטיפּענדיסט בײַם צענטער, זיי געלערנט ייִדישע אויסדרוקן און אַ פּאָר פֿון זיי האָבן אויסגעדריקט אַן אינטערעס צום לערנען ייִדיש. מע ריכט זיך ניט, אַז ס׳רובֿ סטודענטן וועלן רעאַגירן אַזוי, אָבער עס איז שיין ווען עס קומט יאָ פֿאָר.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.