ראָמאַן פֿריסטער, דער ייִדישער-פּוילישער זשורנאַליסט און שרײַבער, איז דעם 17טן יאַנואַר אַלט געוואָרן 86 יאָר. פֿריסטער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1928 אין ביעלסקאָ (בייליץ), שלעזיע, פּוילן. ער איז געווען עלף יאָר אַלט, ווען די צווייטע וועלט־מלחמה האָט אויסגעבראָכן.
דער טאַטע האָט געהאַט גוטע פּוילישע חבֿרים, און זיי האָבן אים געהאָלפֿן צו קריגן פֿאַלשע אַרישע פּאַפּירן. אַ דאַנק די פֿאַלשע דאָקומענטן, איז די משפּחה געבליבן אין איר היים און האָט אויסגעמיטן פֿאַרשפּאַרט צו ווערן אין דער ביעלסקער געטאָ. שפּעטער זענען זיי אַריבער קיין קראָקע, וווּ זיי האָבן ווײַטער געלעבט ווי קריסטן.
ראָמאַן פֿריסטער האָט אויסגעזען ווי אַ פּויליש קינד און דערפֿאַר האָט קיינער נישט חושד געווען, אַז ער איז אַ ייִד. זײַנע באָבע-זיידע אָבער זענען נישט געווען אַזוי מזלדיק. זיי האָט מען יאָ אַרײַנגעטריבן אין דער געטאָ. דער קליינער ראָמאַן האָט באַשלאָסן, אַז ער וועט זיי ראַטעווען. ער האָט באַמערקט, ווי יעדן טאָג גייען אַרײַן אין געטאָ, אָן שום קאָנטראָל, דרײַ מענטשן: דער גלח, זײַן אַסיסטענט און אַ מאָנאַשקע. זיי גייען אַרײַן אין אָוונט און קומען אַרויס צוועלף בײַ נאַכט. ער האָט זיך אויך דערוווּסט, אַז זיי קומען צו די משומדים אין געטאָ, וואָס ווילן זאָגן דעם לעצטן ווידוי פֿאַרן טויט. איז ער אַרײַן אין דער געטאָ, אָנגעטאָן אין פּאַסיקע בגדים, ווי א כאָר־ייִנגל, און טאַקע געראַטעוועט די דערשראָקענע באָבע-זיידע, פֿאַרשטעלט ווי אַ גלח און אַ מאָנאַשקע.
אַ דאַנק אים, האָבן באָבע-זיידע געלעבט נאָך עטלעכע חדשים ביז די דײַטשן האָבן זיי געכאַפּט. די פּוילישע שכנים האָבן געמסרט די עלטערן, און אַ דײַטש האָט דערהרגעט זײַן מאַמע אויף אַ מוראדיקן אופֿן פֿאַר זײַנע אויגן. ראָמאַן און זײַן טאַטן האָט מען געשיקט אין פֿלאַשאָווער אַרבעטס-לאַגער, וווּ דער טאַטע איז געשטאָרבן. ראָמאַנען האָט מען אָפּגעשיקט קיין אוישוויץ-בירקענאַו, און ער איז על־פּי־נס ניצול געבליבן.
אין יאָר 1957 איז ער עולה געווען קיין ישׂראל. במשך פֿון אַ סך יאָרן איז ער געווען אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון „האָרץ‟, און שפּעטער — דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג. זינט 1991 איז פֿריסטער געווען דער דירעקטאָר פֿון דער זשורנאַליזם-שול „כותרת‟, וואָס איז איצט אַ טייל פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט.
שוין עטלעכע יאָר, וואָס ראָמאַן פֿריסטער וווינט אין וואַרשע. ער אַרבעט אין פּוילן ווי דער אָרטיקער קאָרעספּאָנדענט פֿון „האָרץ‟. פֿריסטער האָט אָנגעשריבן עטלעכע ביכער. אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿישן בוך „אַ היטל — דער פּרײַז פֿון לעבן‟, דערציילט ער, וואָס דער שטאַרבנדיקער טאַטע אין לאַגער פּלאַשאָוו האָט אים געזאָגט: „דאָ האָט מען געדאַרפֿט מקריבֿ זײַן די אַנדערע, כּדי צו ראַטעווען זיך אַליין. גיב מיר דאָס וואָרט, אַז דו וועסט משנה זײַן דײַנע דרכים, ווען דו וועסט אַרויס פֿון דעם גיהנום. וועסט זײַן ערלעך און וועסט קיין מאָל נישט גנבֿנען!‟ פֿריסטער האָט טאַקע געהאַלטן וואָרט.
„אַוועק פֿון דאַנען, ייִדן‟ און DO GAZU, וואָס מיינט, אין די גאַז־קאַמערן — אַזוי האָבן געשריגן די פֿאַנאַטיקער פֿון דער פֿוסבאָל מאַנשאַפֿט „לעך-פּויזן‟, בשעת אַ פֿאַרמעסט מיט אַ מאַנשאַפֿט פֿון לאָדזש. דאָס זענען אָבער נישט קיין אַנטיסעמיטישע סלאָגאַנען, און די כוליגאַנען וואָס האָבן זיי אויסגעשריגן, וועלן נישט שטיין פֿאַר אַ געריכט — אַזוי האָט באַשלאָסן דער פּראָקוראָר אין פּויזן (פּאָזנאַן). ער האָט דערקלערט, אַז מען קען נישט באַטראַכטן די דאָזיקע אויסרופֿן ווי אַנטיסעמיטיש, ראשית-כּל, ווײַל די כוליגאַנען האָבן געשריגן די קללות אויף אַ פּריוואַטן סטאַדיאָן און נישט אין דער עפֿנטלעכקייט, אויף דער גאָס, למשל. נאָך אַ זאַך: אין דער צווייטער מחנה זענען נישט געווען קיין ייִדן. במילא זענען די קללות, לויט אים, נישט אַנטיסעמיטיש.
די „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ האָט פֿאַרעפֿענטלעכט דעם צענטן יאַנואַר אויף איר שער־בלאַט אַ באַריכט וועגן אָט דעם ענין. בלײַבט אַ קשיא אויף אַ מעשׂה. אויב מען זאָגט, אַז עמעצער איז אַ גנבֿ און אין דער אמתן איז ער נישט קיין גנבֿ, איז דאָס נישט קיין באַליידיקונג?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.