פּלאַנירט איר אַ נסיעה קיין פּאַריז, בודאַפּעשט אָדער רוים? בוענאָס־אײַרעס? סעגאָוויע, שפּאַניע? וועלכן אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל איר זאָלט נישט באַזוכן, איז האַרי וואָל דאָרט שוין זיכער געווען און פֿיקסירט דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿונעם אָרט — סײַ פֿונעם הײַנט, סײַ פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט — מיט זײַן ווידעאָ־קאַמערע.
און אַפֿילו אויב איר פֿאָרט נישט אַהין, קענט איר „מיטגיין‟ מיט וואָל אויף זײַן שפּאַציר דורך דער מאַריי, אין פּאַריז, אָדער דורך דער ערשטער ייִדישער געטאָ אין ווענעציע —אויף זײַן וועבזײַט (זעט: www.JewishDiscoveries.com)
קוקנדיק די ווידעאָס, זעט מען גלײַך אַ קאָנטראַסט מיט די געוויינטלעכע שילדערונגען פֿון ייִדישע שטעטלעך איבער דער וועלט. וואָל ווײַזט, אַז ייִדישקייט נעמט אַרײַן מער ווי די רעליגיע אָדער אַן איבערגעגעבנקייט צו מדינת־ישׂראל.
וואָל איז אַ געוועזענער דירעקטאָר פֿונעם ישׂראל־ביוראָ בײַ דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟. „אַמאָל האָב איך באַטראַכט די וועלט בלויז דורך דער פּריזמע פֿון אַנטיסעמיטיזם, אָבער הײַנט זע איך די פֿאַרשידענע אופֿנים, ווי אַזוי די ייִדן האָבן געגעבן צושטײַער צו דער וועלט,‟ האָט ער געזאָגט.
„אַ סך ייִדן זעען די ייִדישע געשיכטע ווי אַ פֿינצטערע און טרויעריקע, בפֿרט אין אייראָפּע. זיי ווייסן נישט ווי אויסצוזוכן די ייִדישע שפּורן אין די אַמאָליקע שטעטלעך, פֿאָרן זיי גיכער אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן און געטאָס.‟ אין זײַן ווידעאָ וועגן פּאָרטוגאַל, למשל, דערקלערט וואָל, ווי אַזוי די ספֿרדישע קאַרטאָגראַפֿן (מאַפּע־צייכענער) האָבן דערמעגלעכט דורכצופֿירן די גרויסע נסיעות פֿון די פּאָרטוגעזישע רײַזנדער, ווי פֿערדינאַנד מאַדזשעלאַן אָדער וואַסקאָ דאַ גאַמאַ, אַנשטאָט בלויז צו דערציילן וועגן דער פּאָרטוגעזישער אינקוויזיציע. „מײַנע פֿילמען נעמען יאָ אַרײַן קאַפּיטלען וועגן רדיפֿות און דעם חורבן, אָבער זיי זענען נישט די הויפּט־פּונקטן פֿון די רײַזעס,‟ האָט וואָל דערקלערט.
אַ טייל פֿון די ווידעאָס זענען פּראָדוצירט געוואָרן לטובֿת דעם „דזשוינט‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך שוין יאָרן לאַנג מיט אויפֿלעבן די ייִדישע קהילות איבער דער וועלט. „טויזנטער ייִדן באַזוכן פּוילן יעדעס יאָר און זעען בלויז די פֿאַרטיליקונג פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום,‟ האָט ער געזאָגט. „זיי ווייסן בכלל נישט וועגן די מער פֿון 1,000 יאָר פֿון ייִדישן לעבן דאָרט, וואָס האָט געהאָלפֿן צו שאַפֿן דעם ציוניזם, פֿילאָסאָפֿיע, ייִדישע שפּראַך און קולטור און טעאַטער. שוין אָפּגערעדט, ווייסן זיי כּמעט גאָרנישט וועגן די יונגע ייִדן אין דער הײַנטיקער קראָקע און וואַרשע, וועלכע האַלטן טײַער זייער ייִדישע אידענטיטעט און האָרעווען אויפֿצוריכטן זייערע קהילות.‟
Jewish Discoveries קומט צו הילף די אַלע, וועלכע קלערן צו פֿאָרן אין אויסלאַנד און ווילן זיך דערוויסן וועגן דער ייִדישער קולטור־ירושה פֿונעם אָרט. דאָס נעמט אַרײַן ייִדן, וועלכע קומען ווי אַ טייל פֿון זייער סינאַגאָגע; ווי אַ דעלעגאַציע פֿון אַ ייִדישער פֿעדעראַציע, אָדער סתּם אַ וואַקאַציע. „הײַנט וועט מען גיכער זוכן די אינפֿאָרמאַציע דורך דער אינטערנעץ איידער צו קויפֿן אַ ביכל וועגן דעם,‟ האָט וואָל באַמערקט.
די וועבזײַט גיט אויך אָן די קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע פֿון די אָרטיקע ייִדישע אינסטיטוציעס און אַ קאַלענדאַר פֿון קהילה־אונטערנעמונגען. מע קלערט שוין אַפֿילו פֿון שאַפֿן אַן „אַפּ‟ — אַ דיגיטאַלישער וועגווײַזער פֿאַר געוויסע מקומות.
מיט דער צײַט האָפֿט וואָל, אַז אויך אַנדערע וועלן צושטעלן ווידעאָס און באַריכטן. „כ׳וועל פֿאַרבעטן פֿאָרשטייער פֿון קייפּטאַון, קאָסטאַ־ריקאַ און אַנדערע שטעט צו מאַכן זייערע אייגענע ווידעאָס פֿון דער שטאָט, אײַנשליסנדיק אַלץ, וואָס ס׳וואָלט פֿאַראינטערעסירט דעם ייִדישן טוריסט.‟ וואָלס ציל: במשך פֿון די קומענדיקע פֿינף יאָר צו פּראָדוצירן ווידעאָס און באַריכטן פֿון 100 ערטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.