עס איז תּמיד אינטערעסאַנט און אַ מאָל אומדערוואַרט צו זען, װוּאַהין ס’גיט אַ פֿאַרקער די ייִדישע קולטור. מיר האָבן דאָ ניט לאַנג צוריק גערעדט װעגן, למשל, אַ נײַעם „קאַבאַרעט‟, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין האָליװוּד און װאָס אַ יונגע פֿרוי, אַ מוזיקערין און קאָמפּאָזיטאָרין, האָט געשאַפֿן פֿון ייִדישע לידער, געפֿונען אין די בלעטער פֿון „חשבון‟, דעם זשורנאַל פֿונעם געװעזענעם לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישן קולטור־קלוב.
װײַזט אויס, אַז די ייִדישע (דאָס הייסט, „דזשויִשע‟) פֿונדאַציעס, און בפֿרט די װאָס האָבן באַקומען געלט פֿון „קליימס קאָנפֿערענץ‟, װי די „פֿונדאַציע פֿאַר דזשויִשער קולטור אין ניו־יאָרק‟, צוזאַמען מיט דער ייִדישער פֿעדעראַציע אין לאָס־אַנדזשעלעס — פֿאַרלאַנגען איצט קינסטלערישע װערק פֿון יונגע קינסטלערס, װאָס האַלטן זיך בײַ אַ ייִדישער טעמע.
צװישן זיי איז די יונגע קינסטלערין, יונת (דזשאָנאַס) בעקער, װאָס שאַפֿט מולטי־מעדיע װערק. איר אויסשטעלונג, „זאָל זײַן‟, קאָן מען זען אין דער „שולמית־גאַלעריע‟ אין װעניס, קאַליפֿאָרניע, פֿונעם 11טן יאַנואַר ביזן 4טן מערץ. די פֿיר װידעאָ־אינסטאַלאַציעס זײַנען אינספּירירט געוואָרן פֿון דער אידעאַליסטישער תּקופֿה פֿון אַזעלכע ייִדישע באַװעגונגען װי דער „בונד‟, פּועלי־ציון, און אַנדערע אַרבעטער־אָרגאַניזאַציעס.
ווי די קינסטלערין האָט דערקלערט, אַנטפּלעקן אירע װערק די פּערזענלעכע, סטרוקטורעלע, און היסטאָרישע װערדע פֿון מעסיאַנישע און אוטאָפּישע השערות. איין װערק, „עקן פֿון דער װעלט‟, פֿאַרבינדט די אימאַזשן פֿון מקומות איבער דער גאַנצער װעלט מיטן ממשותדיקן נאָמען „עק פֿון װעלט‟ אין אַ כּסדרדיקן װידעאָ. אַזוי טראַנספֿאָרמירט זיך דער באַגריף „װעלט־עקן‟ אין „עקן אָן אַ שיעור און אָן אַן עק‟, װאָס טראָגט נאָך אין זיך אַ מיסטישן אײַנפֿאַל.
אַן אַנדער װערק שפּילט זיך מיטן געדאַנק אַז, װי איקאַרוס אין דער גריכישער מיטאָלאָגיע, קען מען זיך באַמיִען — אָבער קיין מאָל ניט דערגרייכן — צו דער זון, צו דער ענדגילטיקער ליכט. יעדער אימאַזש אין װידעאָ איז פּראָיעקטירט אויף אַ קײַלעכדיקן עקראַן, אַ ספֿערע װאָס דערמאָנט די ערד פֿון װײַטן קאָסמאָס; און עס װײַזט װי מענטשן דערװאַרטן מיט פֿרייד דעם אָנהייב פֿון אַ נײַ יאָר. נאָר איידער עס טרעפֿט, קומט מען צו צו אַן אַנדער לאַנד, װוּ מע װאַרט װידער, אָבער דערגרייכן דערגרייכט מען קיין מאָל ניט צו אַ נײַעם אָנהייב.
עס איז טאַקע טשיקאַװע און אינטערעסאַנט צו פֿאַרגלײַכן די געדאַנקען, װאָס װײַזן זיך אַרויס אין אַזאַ מאָדערנער אויסשטעלונג, מיט די אידעאַלן און דער װירקלעכקייט פֿון די רעװאָלוציאָנערע ייִדישע באַװעגונגען פֿונעם לעצטן יאָרהונדערט.
דעם 16טן און 19טן יאַנואַר איז אַרויסגעטראָטן בײַ די טעטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין שטאָט באָריס סאַנדלער, דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. בײַ דער טרעפֿונג אין אַן אָפּטייל פֿון לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישן קולטור־קלוב אינעם טאָל („סאַן פֿערנאַנדאָ װאַלי‟), האָט ער דערציילט װעגן דער לאַנגער געשיכטע פֿון „פֿאָרװערטס‟ און אויך פֿון זײַן פּערזענלעכן װעג אין מאָלדאָװע צו װערן דער זיבעטער רעדאַקטאָר פֿון דער עלטסטער ייִדישער צײַטונג.
בײַם „אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור און שפּראַך‟ האָט באָריס סאַנדלער פֿֿאָרגעשטעלט אַ טייל פֿון זײַן ריזיקן פּראָיעקט — די סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟. מ’האָט געװיזן צװיי פֿון די שעפֿערישע און צוציִענדיקע פֿילמען — איינער װעגן דעם באַרימטן הומאָריסט און דיכטער יאָסל בירשטיין, „אַ קוש אין ירושלים‟; און דער צװייטער וועגן אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש, „ווילנע, מײַן ווילנע‟. װי ס’טרעפֿט זיך אַ מאָל אין לאָס־אַנדזשעלעס, אַ שטאָט פֿון טאַלאַנטירטע און באַרימטע מענטשן, איז צווישן דעם עולם געווען דער באַװוּסטער אַקטיאָר, פֿאָלקזינגער, און ייִדישער שטיצער, טעאָדאָר ביקעל מיט זײַן פֿרוי, איימי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.