מיר באַגריסן האַרציק אונדזער מיטאַרבעטער, פּראָפֿעסאָר גענאַדי עסטרײַך און זײַן קאָלעגע פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, פּראָפֿעסאָרין חסיה דײַנער, מיטן צוטיילן זיי די בכּבֿודיקע „לאַנדישע ייִדישע ביכער־פּרעמיע‟ (National Jewish Book Award), ווי צונויפֿשטעלער און רעדאַקטאָרן פֿון דעם אַקאַדעמישן זאַמלבוך אונטערן אַלגעמיינעם נאָמען „1929: קאַרטאָגראַפֿיע פֿון דער ייִדישער וועלט‟, אַרויסגעגעבן אינעם פֿאַרלאַג NYU Press 2013.
מיר ווינטש אײַך געזונט און נײַע שאַפֿערישע דערגרייכונגען לטובֿת דער ייִדישער וועלט.
„פֿאַרווערטס‟־רעדאַקציע
איך שרײַב די דאָזיקע שורות מיטוואָך. נעכטן, ווי אַ סך לייענער האָבן עס אַליין דערפֿילט, איז געווען אַ זאַווערוכע אין ניו-יאָרק. אָבער מיט שניי אָדער אָן שניי, דאַרף מען דאָך עסן, און איך בין אַרויס אין דער דאָזיקער זאַווערוכע און כ‘האָב אַפֿילו אַ ביסל שפּאַצירט פּאַזע דעם ים. כ‘האָב זיך תּמיד אײַנגערעדט, אַז איך בענק ניט נאָך דעם ווינטער — אַזאַ ווינטער, ווי ער איז געווען אין דער „אַלטער היים‟. אַזוי אַז עס האָט מיך אַ ביסל געחידושט, ווען איך האָב פּלוצעם דערפֿילט, אַז כ‘האָב הנאה פֿונעם שפּאַצירן אויף דעם פֿאַרשנייטן „באָרדוואָרק‟, ליידיק פֿון מענטשן, אין ברײַטאָן-ביטש.
דערנאָך בין איך אַרײַן אין אַ געשעפֿט, וווּ עס שטייען עטלעכע מאָניטאָרן, וועלכע ווײַזן עפּעס אַ רוסישן טעלעוויזיע-קאַנאַל. דאָס הייסט, אַז בײַם אויסקלײַבן די אַכילה קען מען אויך ווערן אַ ביסל קליגער (צי נאַרישער). אין דעם מאָמענט, ווען איך בין אַרײַן, איז די רייד געגאַנגען וועגן די געשעענישן אין קיִעוו. לויטן קאָמענטאַטאָר פֿון דער רוסישער פּראָפּאַגאַנדע (די טעלעוויזיע איז דאָך דאָרטן כּמעט אין גאַנצן אין די הענט פֿון דער רעגירונג), קומט איצט פֿאָר אין קיִעוו אַ פּאָגראָם, אָנגעפֿירט דורך די לײַט, וואָס זײַנען דירעקטע נאָכפֿאָלגער פֿון די בלוטיקע נאַציאָנאַליסטן, וועלכע האָבן געהאַט געהאָלפֿן די נאַציס אויסצוהרגענען די ייִדן. דאָס רוסישע טעלעוויזיע-קול, אַרויפֿגעלייגט אויף די ממש אַפּאָקאַליפּטישע אימאַזשן פֿון קיִעוו, האָט אויסגערעכנט די אַכזריותדיקע געשעענישן פֿון יאָר 1941 אין באַבי-יאַר, אין לעמבערג און אַנדערע ערטער. מיט אַנדערע ווערטער, מען האָט אויסגענוצט אַלוזיעס צום חורבן אין דער פּראָפּאַגאַנדע-קאַמפּאַניע, וואָס רוסלאַנד פֿירט איצט קעגן אוקראַיִנע.
איז עס אַ נײַער קער אין דער מאָסקווער פּראָפּאַגאַנדע? לחלוטין ניט. אַזוינס איז שוין געווען ניט איין מאָל. איך געדענק, אַ שטייגער, ווי אַריאל שרון איז פֿאַרגלײַכט געוואָרן מיט די נאַצי-מערדער (איצט איז ער געוואָרן כּמעט אַ הייליקער אין דער אָפֿיציעלער רוסישער מעדיאַ). מײַן אַמאָליקער „שעף‟ — דער רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, אַהרן ווערגעליס — האָט עס אויך ליב געהאַט, דהײַנו: צו פֿאַרגלײַכן ציוניסטן מיט נאַציס. ער האָט עס אָפּגעטאָן, למשל, אין זײַן ראָמאַן „צײַט‟. הקיצור, דאָס זײַנען פֿון די סקאַרבאָווע קונצן, וואָס ווערן צוגעפּאַסט צו דער צײַט.
די צרה איז אַז, לויט אַלע סימנים נאָך, זײַנען צווישן די הייסע קעפּ, וואָס פֿירן אַן אמתע מלחמה מיט דער אוקראַיִנישער מאַכט, בלי-ספֿק דאָ אויך אַזעלכע יאַטן, וועלכע האַלטן די ייִדן פֿאַר זייערע שׂונאים, בפֿרט די פּאַרטיי „סוואָבאָדאַ‟ („פֿרײַהייט‟) און אַנדערע ענלעכע, צי אַפֿילו ערגערע, גרופּירונגען, וואָס מאַכן ניט קיין סוד פֿון זייער אַנטיסעמיטיזם, ווי אויך פֿון אַ סך אַנדערע געפֿערלעכע „אַנטיס‟. אין דער אינטערנעץ קען מען זען אַנטיסעמיטישע בילדער, אַרײַנגערעכנט קאַריקאַטורן פֿון ייִדישע מיליאַרדערן.
מיר דאַכט זיך, אַז קיינער פֿאַרשטייט ניט ביזן סוף, וואָס דאָרטן קומט פֿאָר. ס‘איז קלאָר, אַז די פּאַרטיייִשע פֿירער פֿון דער אָפּאָזיציע זײַנען ניט בכּוח צו קאָנטראָלירן דעם מיליטאַנטיש געשטימטן המון. ווען איך קוק אויף דעם, וואָס עס קומט דאָרטן פֿאָר, און לייען וועגן דעם, דערמאָן איך זיך וועגן די שרעקלעכע זײַטלעך אין דער אוקראַיִנישער געשיכטע. איך וועל ניט דערמאָנען באָגדאַן כמעלניצקי — דאָס איז געווען צו לאַנג צוריק, אָבער דעם בירגערקריג וועל איך יאָ דערמאָנען, מיט די בלוטיקע פּאָגראָמען אין יענער צײַט. איך גלייב און האָף, אַז אַזוינס וועט זיך ניט איבערחזרן, אָבער מיר זעען, אַז אַ צעשטערערישע ענערגיע האָט זיך אין יענע מקומות אָפּגעהיט.
איך האָב שוין געשריבן, אַז איך זע ניט דעם גאַנצן טאַראַראַם ווי אַ קאַמף פֿאַר דעמאָקראַטיע. די באַפֿעלקערונג האָט געהאַט אויסגעקליבן דעם פּרעזידענט און דעם פּאַרלאַמענט, און זיי פֿירן אַ פּאָליטיק (זאָל זײַן אַ ווילדע), אויף וועלכער זיי האָבן באַקומען די שטימען. ווײַטער דאַרף מען וואַרטן אויף אַנדערע וואַלן און בינו-לבינו אָרגאַניזירן מאַניפֿעסטאַציעס. אָבער ניט אָנהייבן קיין פּאָגראָמען. שטעלט זיך פֿאָר, אויב אין אַמעריקע וואָלט מען גענומען טאָן אַזעלכע זאַכן, ווײַל מיליאָנען לײַט זײַנען ניט צופֿרידן מיט דער מעדיצינישער רעפֿאָרמע!
די הײַנטיקע געשעענישן אין אוקראַיִנע שטעלן מיט זיך פֿאָר ניט קיין לעגיטימע פּראָטעסטן, נאָר אַ פּרוּוו צעברעקלען דאָס לאַנד, וואָס איז גאַנץ קינסטלעך צונויפֿגעשטוקעוועט געוואָרן פֿון, אין תּוך אַרײַן, צוויי פֿאַרשיידענע פֿעלקער, מיט פֿאַרשיידענע שפּראַכן און ווערטן. דער מצבֿ איז אַזוי קאָמפּליצירט, דער פּרעזידענט איז אַזוי נעבעכדיק, דער גאַנצער פּאָליטישער עליט איז אַזוי אומבאַהאָלפֿן, די עקאָנאָמיע ליגט אַזוי טיף אין דר‘ערד, אַז קיינער איז ניט גרייט צו זאָגן, ווי אַזוי די גאַנצע איבערקערעניש וועט זיך פֿאַרענדיקן. אַ סבֿרא, אַז קיין גוטע בשׂורות וועט מען פֿון דאָרטן נאָך לאַנג ניט הערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.