די צוגרייטונגען פֿאַר אַ ייִדישן נוסח פֿון דער גאָר פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, American Idol, קומען איצט פֿאָר אין דער שטאָט מעקסיקע. דאָס איז צום ערשטן מאָל, וואָס מע אָרגאַניזירט אַזאַ פּראָגראַם אויף ייִדיש. דער געווינער פֿונעם ערשטן פּריז פֿונעם ”ייִדישן אײַדאָל“ וועט באַקומען $1,000, און מע וועט אויך אויסטיילן אַ ריי פּריזן פֿון $500 און $250. די פֿינאַנציעלע שטיצע קומט פֿון אַ מנדבֿ, וועלכער האָט געבעטן בלײַבן אַנאָנים.
אַנדרעס בוראַק, אַ געוועזענער תּלמיד פֿון ייִדיש, זינגט אַ מוסטער פֿון אַ נײַ־געשאַפֿן ליד, כּדי די באַטייליקטע פֿונעם פֿאַרמעסט זאָלן פֿאַרשטיין ווי אַזוי פֿאָרצושטעלן זייער אייגענע שאַפֿונג
”אַמעריקאַן אײַדאָל“ איז אַ זינג־פֿאַרמעסט, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 2002, און איז הײַנט איינע פֿון די הצלחהדיקסטע פּראָגראַמען אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע.
אויף דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, טרעטן אויף טאַלאַנטירטע אַמאַטאָרן פֿאַר אַן עולם, און זינגען אַ ליד, וואָס איז גוט באַקאַנט, אָדער אַ ליד, וואָס זיי האָבן אַליין אָנגעשריבן. גלײַך נאָך דער פֿאָרשטעלונג גיבן פֿיר ריכטער איבער זייער אָפּשאַצונג, און דערנאָך שטימען די צוקוקער אין דער היים — דורכן טעלעפֿאָן, טעקסטלעך אָדער דער אינטערנעץ — פֿאַר די בעסטע זינגערס פֿונעם אָוונט. די געווינער טרעטן ווידער אויף בײַ די האַלב־פֿינאַלן, און אויב זיי געווינען נאָך אַ מאָל — ווערן זיי פֿינאַליסטן.
אין דעם איצטיקן ייִדישן נוסח, מוזן די באַטייליקטע אַליין אָנשרײַבן דאָס ליד, וואָס זיי שטעלן פֿאָר. ייִדיש איז יאָרן לאַנג געווען אַן ערנסטער לימוד אין געוויסע מעקסיקאַנער ייִדישע טאָגשולן; געוויינטלעך, האָט יעדער תּלמיד שטודירט די ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און געשיכטע עטלעכע שעה אַ וואָך. דערפֿאַר געפֿינען זיך הײַנט אַ סך יונגע לײַט אין לאַנד, וואָס קענען ייִדיש, אָבער אָפֿט מאָל האָבן זיי נישט מיט וועמען צו רעדן דאָס לשון נאָכן פֿאַרענדיקן די שול, ווערט זייער שפּראַך־פֿעיִקייט מיט דער צײַט ממשותדיק אָפּגעשוואַכט.
הײַנט איז עס נאָך מער אַן אָנגעווייטיקער ענין, ווײַל זינט דעם יאָר 2010 לערנט מען בכלל מער נישט קיין ייִדיש אין די טאָגשולן. האָבן סילוויאַ ביאַליק און נחמה סמאָלענסקי, צוויי געוועזענע ייִדיש־לערערקעס, באַשלאָסן, אין איינעם מיט אַ געוועזענעם תּלמיד, אַלבערטאָ שאַקראַ, צו אָרגאַניזירן דעם ”ייִדישן אײַדאָל“, כּדי אויפֿצוהאַלטן דעם אינטערעס צו ייִדיש בײַ די אַמאָליקע טאָגשול־תּלמידים.
”אַ סך יונגע לײַט האָבן דאָ ליב ייִדיש, אָבער זינט זיי האָבן פֿאַרענדיקט די שול האָבן זיי פֿאַרגעסן אַ סך. האָפֿן מיר, אַז דער פֿאַרמעסט וועט זיי צוריקברענגען צו ייִדיש,“ האָט סילוויאַ דערקלערט דעם ”פֿאָרווערטס“. ”מיר פֿאַרשטייען, אַז אַ סך פֿון זיי דאַרפֿן הילף מיט ייִדיש, מוטיקן מיר זיי דערפֿאַר זיך צו טרעפֿן מיט זייער אַמאָליקן ייִדיש־לערער, וואָס זאָל זיי העלפֿן איבערזעצן דאָס ליד פֿון שפּאַניש אויף ייִדיש, אויב נייטיק,“ האָט זי צוגעגעבן.
דער פֿאַרמעסט איז אָבער אויך אָפֿן פֿאַר ייִדיש־קענער אין אַנדערע לענדער, האָט סילוויאַ באַטאָנט. די כּללים קען מען געפֿינען אויף דער וועבזײַט //www.deridisheridol.com/en/index.html, הגם די דאַטעס זענען אַ ביסל פֿאַרעלטערט. לכתּחילה איז דער טערמין אַרײַנצושיקן לידער געווען דער 10טער נאָוועמבער, און דער קאָנצערט פֿון די פֿינאַליסטן קומט פֿאָר אין דעצעמבער. צוליב פֿאַרשידענע סיבות, האָט מען געביטן דעם טערמין אויפֿן 2טן פֿעברואַר, און דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 23סטן פֿעברואַר, אין ”בית־אל“, אַ קאָנסערוואַטיווע שיל אין דער שטאָט מעקסיקע.
לויט די כּללים, דאַרף יעדער באַטייליקטער אַרויסטרעטן מיט אַ ליד, וואָס ער אָדער זי האָט אויסגעטראַכט סײַ דעם טעקסט, סײַ די מוזיק, אָדער האָט בלויז אויסגעטראַכט דעם טעקסט און אים צוגעפּאַסט צו אַ שוין־עקזיסטירנדיקער מעלאָדיע. מע קען זיך אַליין באַגלייטן מיט אַן אינסטרומענט, אָדער אַ צווייטער קען אים באַגלייטן. אַ רעקאָרדירטער אַקאָמפּאָנימענט איז אויך דערלויבט.
דאָס ליד, וואָס מוז זײַן לענגער פֿון 2 מיט אַ האַלב מינוט, וועט דורכן קאָמיטעט אַרויפֿגעלאָדן ווערן אויף ”יו־טוב“, און דער עולם וועט, גלײַך נאָך דער אונטערנעמונג דעם 23סטן פֿעברואַר, שטימען דורך דעם ”פֿייסבוק“ זײַט, וואָס מע וועט צושטעלן ספּעציעל פֿאַר דער געשעעניש.
בײַ די אויסלענדישע געווינער, וועלכע קענען נישט בײַזײַן בײַ דער פֿאָרשטעלונג אין מעקסיקע, וועט מען אַראַנזשירן, אַז אַן אָרטיקער זינגער זאָל אויפֿטרעטן מיט זייער ליד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.