חורבן-הזכּרות און הכּחשות אין רומעניע

Holocaust Remembrance and Denial in Romania

דער רומענישער פּרעזידענט, טראַיאַן בעסעסקו (לינקס), מיטן ישׂראלדיקן פּרעזידענט, שמעון פּערעס, דעם 20טן יאַנואַר אין ירושלים
Flash90
דער רומענישער פּרעזידענט, טראַיאַן בעסעסקו (לינקס), מיטן ישׂראלדיקן פּרעזידענט, שמעון פּערעס, דעם 20טן יאַנואַר אין ירושלים

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published January 23, 2014, issue of February 14, 2014.

ווען דער רומענישער פּרעזידענט טראַיאַן בעסעסקו האָט באַזוכט דעם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן, אינעם יאָר 2005, איז ער געוואָרן איבערראַשט, ווען ער האָט דערזען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס ווײַזט, ווי די רומענישע סאָלדאַטן העלפֿן די נאַציס אומצוברענגען די ייִדן. אַזוי ווי ס׳רובֿ רומענער, האָט ער נישט געוווּסט וועגן דער ראָלע, וואָס זײַן לאַנד האָט געשפּילט אינעם ייִדישן חורבן. די קאָנקרעטע פֿאַקטן, מיט וועלכע ער האָט זיך באַקענט אינעם וואַשינגטאָנער מוזיי, האָבן אים שאָקירט.

די וואָך, האָט דער 62־יאָריקער בעסעסקו באַזוכט ישׂראל. בעת זײַן דרײַ־טאָגיקן וויזיט, האָט ער זיך געטראָפֿן מיטן ישׂראלדיקן פּרעזידענט, שמעון פּערעס, ווי אויך מיט זײַן פּאַלעסטינער קאָלעגע, מאַכמוד אַבאַס. פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, פֿאַר זײַן נסיעה קיין ישׂראל, האָט דער רומענישער פּרעזידענט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז אין דער קאָמוניסטישער תּקופֿה האָט מען כּסדר אָפּגעלייקנט די ראָלע פֿון רומעניע אינעם אומברענגען ייִדן.

נאָכן וויזיט אין וואַשינגטאָן, האָט בעסעסקו אָנגעהויבן אַ הזכּרה־קאַמפּאַניע. צום ערשטן מאָל, איז דער ברייטער עולם אין רומעניע געווויר ווערן וועגן דער שרעקלעכער ראָלע, וואָס זייער לאַנד האָט געשפּילט אינעם ייִדישן חורבן. בעסעסקוס טעטיקייט אינעם דאָזיקן געביט האָט שטאַרק געהאָלפֿן רומעניע צו ווערן אַ טייל פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט ישׂראל.

אין 2005, האָט מען אין רומעניע געעפֿנט דעם „נאַציאָנאַלן אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟ פֿאַר חורבן־שטודיעס. זינט דעמאָלט, האָבן איבער 100 רומענישע שולן אָרגאַניזירט ספּעציעלע בילדונג־פּראָגראַמען וועגן דעם חורבן; אין עטלעכע שטעט האָט מען אויפֿגעשטעלט דענקמעלער לזכר די אומגעקומענע ייִדן; מע האָט דערקלערט אַ נאַציאָנאַלן טאָג פֿון חורבן־הזכּרה און אָנגענומען קאָמפּענסאַציע־געזעצן פֿאַר דער שארית־הפּליטה.

פֿונדעסטוועגן, איז אין רומעניע, אַרײַנגערעכנט די רעגירונג און אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, נאָך אַלץ ברייט פֿאַרשפּרייט אַ ספּעציפֿישע פֿאָרעם פֿון חורבן־אָפּלייקענונג. ליוויו ראָטמאַן, אַ היסטאָריקער פֿונעם בוקאַרעשטער אוניווערסיטעט, האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז ס׳רובֿ רומענער גלייבן, אַז די נאַציס האָבן אומגעבראַכט די ייִדן. אַ סך פֿון זיי ווילן אָבער נאָך אַלץ נישט אָנערקענען, אַז רומעניע האָט געהאַט אַ שײַכות צו דעם. פֿאַר דער מלחמה, האָבן אין רומעניע געוווינט בערך 750,000 ייִדן. בערך אַ העלפֿט פֿון זיי זענען דערהרגעט געוואָרן מיט דער הילף פֿון דער רומענישער מלוכה. די רומענישע סאָלדאַטן האָבן אויך דערשאָסן צענדליקער טויזנט אוקראַיִנישע ייִדן אין טראַנסניסטריע.

אין 2012, איז דער רומענישער פּאָליטיקער דאַן סאָוואַ געוואָרן אַ מיניסטער — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט נישט געוואָלט גלייבן, אַז ייִדן האָבן געליטן אין רומעניע בשעת דער מלחמה. שפּעטער, האָט ער געבעטן מחילה און דערקלערט, אַז ער האָט נישט געוווּסט וועגן דעם. מיט עטלעכע חדשים נאָך דעם, האָט אַ רומענישער מיטגליד פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט געלייקנט דעם חורבן אויף דער טעלעוויזיע. נישט לאַנג צוריק, האָט מען צוליב דעם באַזײַטיקט אין דײַטשלאַנד אַן אָנגעזעענעם רומענישן היסטאָריקער, וועלכער האָט דאָרטן געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר.

אַזעלכע עפּיזאָדן מאַכן קאַליע די רעפּוטאַציע פֿון רומעניע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל. אין זײַן שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט בעסעסקו נישט געפּרוּווט צו פֿאַרקלענערן די פּראָבלעם. אַדרבה, ער האָט גערופֿן צו קריטיקירן שאַרפֿער די חורבן־אָפּלייקענער און צו אַנטוויקלען ווײַטער די הזכּרה־פּראָגראַמען.