נישט לאַנג צוריק, האָט מען אויף דעם ניו־יאָרקער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל געוויזן דעם פֿילם „דער מאָדנער פֿאַל פֿון ווילהעלם רײַך‟ פֿונעם עסטרײַכישן רעזשיסאָר און שרײַבער אַנטאָנין סוואָבאָדאַ. מיט אַן אויסטערלישן טעאַטראַלישן טעם, דערציילט דער פֿילם וועגן דער ביאָגראַפֿיע פֿונעם קאָנטראָווערסאַלן דענקער און טוער ווילהעלם רײַך, באַקאַנט מיט זײַנע ראַדיקאַלע טעאָריעס וועגן סעקסועלע באַציִונגען.
רײַך, אַן אוקראַיִניש־געבוירענער ווינער ייִדן, איז אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס קיין אַמעריקע אינעם יאָר 1939. ער האָט מיטגעאַרבעט מיט פֿרויד אין די 1920ער יאָרן, ווי אַן ערנסטער פּראָפֿעסיאָנעלער פּסיכאָלאָג, מיט אַ פּראָגרעסיוון מאַרקסיסטישן צוגאַנג צו די ענינים פֿון סעקסועלע געפֿילן און באַציִונגען, אַבאָרטן, קאָנטראַצעפּטיוון, און אומאָפּהענגיקייט פֿון פֿרויען.
סוואָבאָדאַ פֿאָקוסירט זיך אויף די שפּעטערדיקע יאָרן פֿון רײַכס לעבן, ווען ער האָט געוווינט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַרויסגערופֿן אַ גאַנצע מהומה מיט זײַן חידושדיקער טעאָריע פֿון דער „אָרגאָן־ענערגיע‟. ער האָט געשאַפֿן ספּעציעלע מכשירים, וועלכע זענען, לויט זײַן שיטה, געווען מסוגל צו קאָנצענטרירן די וווּנדערלעכע קאָסמישע „אָרגאַזמישע‟ ענערגיע, וועלכע קאָן אויסהיילן אַלע קראַנקייטן און אַפֿילו קאָנטראָלירן דעם וועטער. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט באַשולדיקט רײַכן אין שווינדלערײַ, אײַנגעזעצט אים אויף צוויי יאָר אין טורמע, וווּ ער איז געשטאָרבן אין 1957, און באַפֿוילן צו פֿאַרברענען מער ווי זעקס טאָן פֿון זײַנע ביכער. בעצם, איז עס געווען אַ פּאָליטישע רדיפֿה קעגן זײַן פּראָפּאַגאַנדע פֿון פֿרײַער ליבע און קאָמוניסטישע אידעען. שפּעטער, האָבן זײַנע געדאַנקען שטאַרק משפּיע געווען אויף אַ סך לינקע ראַדיקאַלן.
דער אַקטיאָר קלאַוס מאַריִאַ בראַנדאַוער פֿירט אויס רײַכס ראָלע. הגם דער נאָמען „דזשאָזעף מאַק׳קאַרטי‟ ווערט קיינמאָל נישט דערמאָנט אין סוואָבאָדאַס פֿילם, איז דאָס ווערק אָנגעזאַפּט מיט דער אַטמאָספֿער פֿון אַנטי־קאָמוניסטישער פּאַראַנאָיע. אַ דאַנק בראַנדאַוערס טאַלאַנט, ווערט אינעם פֿילם געוויזן נישט בלויז אַ „ווילד־משוגענער וויסנשאַפֿטלער‟, וועלכער האָט געגלייבט, אַז די מענטשלעכע סעקסועלע געפֿילן זענען אַ פֿאָרעם פֿון אַ מעכטיקער קאָסמישער לעבנס־קראַפֿט, נאָר אַ שטאָלצער קעמפֿער פֿאַר זײַנע אידעען, וועלכע האָט נישט מורא פֿאַר דער מלוכישער מאַשין.
סוואָבאָדאַס פֿילם שאַפֿט אַ מאָדנעם אײַנדרוק, ווײַל ס׳רובֿ אַקטיאָרן זעען נישט אויס ווי אַמעריקאַנער, און אַלע סצענעס קומען פֿאָר אין עסטרײַך אָדער שפּאַניע. מע קאָן אָבער זאָגן, אַז דאָס איז אַ גוטע רעזשיסאָרישע מציאה, ווײַל דער עלעמענט פֿון סוררעאַליזם און „יענוועלטיקייט‟ שטרײַכט אונטער די אַטמאָספֿער פֿון סאָציאַלער און פּאָליטישער פּאַראַנאָיע, וואָס האָט געהערשט אין רײַכס תּקופֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.