דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער איז אין תּל־אָבֿיבֿ געווען די פּרעמיערע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „דזשיגאַן און שומאַכער קנאַקן שוין ווידער‟, וועלכע ס’האָט אויפֿגעפֿירט דער טעאַטער „ייִדישפּיל‟. די הויפּט־ראָלעס האָבן געשפּילט יעקבֿ באָדו און דבלה גליקמאַן. עס זענען געווען פֿאַרשיידענע מיינונגען נאָכן ספּעקטאַקל: „דזשיגאַנען און שומאַכערן קאָן מען ניט נאָכמאַכן, און עס קאָנען ניט זײַן ענלעך אויף זיי אַפֿילו אַזוינע ׳קנאַקערס׳, ווי באָדו און גליקמאַן‟; „כ’האָב ניט ליב דעם הומאָר פֿון יענער וועלט…‟
דער פֿאַרשפּרייטסטער ענטפֿער: „מע לאַכט‟! צי: „ווען באָדו ווײַזט זיך נאָר אויף דער בינע, וויל זיך שוין לאַכן‟. „יאָ, לאַכן איז טאַקע געזונט, נאָר דאָס הייסט דאָך ניט, אַז מע דאַרף אויף ייִדיש־פֿאָרשטעלונגען תּמיד לאַכן…‟
כ’האָב אַמאָל אין אַ קורצער ישׂראלדיקער ליטעראַרטור-ענציקלאָפּעדיע געלייענט וועגן שלום־עליכמען אַזאַ אָפּשאַצונג: „אַ שרײַבער, אַ הומאָריסט בײַ די אייראָפּעיִשע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן…‟ בלויז עטלעכע שורות. און כאָטש שלום־עליכם פֿלעג ניט איין מאָל אונטערשטרײַכן, אַז ער איז ”אַ הומאָריסט אַ שרײַבער‟, ווען מיר ווילן הײַנט אָפּשאַצן זײַן שאַפֿונג, קאָנען מיר אַוודאי ניט זײַן מסכּים מיט אַזאַ כאַראַקטעריסטיק פֿאַר אונדזער קלאַסיקער. אַ שרײַבער וואָס האָט אָנגעשריבן ביז אַ צענדליק ראָמאַנען קאָן ניט ווערן אָפּגעשאַצט ווי בלויז אַ הומאָריסט! מע זאָגט דאָך ניט, אַז דער רוסישער שרײַבער טשעכאָוו איז אַ הומאָריסט, כאָטש ער האָט ניט ווייניק הומאָריסטישע דערציילונגען!
ס‘האָט זיך אַרום ייִדיש בכלל, און ייִדישן טעאַטער בפֿרט פֿאַרשפּרייט אַ מיין, אַז חוץ חכמהלעך און לידעלעך איז אין ייִדיש מער גאָרנישט ניט געבליבן. ערנסט און ממשותדיקס קאָן זײַן נאָר די ליטעראַטור אויף עבֿרית. דאָס איז קלאַסיק. אין די העברעיִשע טעאַטערס שפּילט מען דראַמעס, טראַגעדיעס, אַן ערנסטן רעפּערטואַר. און פֿאַר די ייִדיש־רעדנדיקע דאַרף זײַן אַ קאָמיש לידעלע און אַ ביליק חכמהלע צו מאַכן פֿריילעך. אייניקע וואָלטן געוואָלט, אַז דער ייִדישער טעאַטער אין ישׂראל זאָל שפּילן כּסדר די ראָלע פֿון אַ לץ בײַם קעניג — בײַם טעאַטער אויף דער מלוכה־שפּראַך. מע לאַכט טאַקע אויף די פֿאָרשטעלונגען פֿון „ייִדישפּיל‟, אָבער מיר פּערזענלעך לאַכט זיך פֿון דער לאַך־סיטואַציע „מיט יאַשטשערקעס‟…
פֿון דעם באַרימטן בינע־צווילינג, דזשיגאַן און שומאַכער, צוויי אַקטיאָרן קאָמיקער, האָט זיך אָנגעהויבן דער גאַנג פֿונעם ייִדיש־טעאַטער אין ישׂראל. זיי האָבן געעפֿנט דעם וועג, געוויזן דעם כּוח פֿון פֿאָלקס־טעאַטער־קונסט. די טראַדיציע פֿון דזשיגאַן און שומאַכער האָבן פֿאָרגעזעצט די בינע־„דרײַלינג‟ — „די דרײַ שמואליקעס‟: שמואליק סגל, שמואל עצמאָן און שמואל ראָדענסקי; און ערשט נאָך דעם — דער „ייִדישפּיל‟־טעאַטער.
פֿאַר וואָס זשע, אויב רעדן וועגן פֿאָרשטעלונגען און ניט זינג־פּראָגראַמען, זעען מיר אַ סך מער הומאָריסטישע ספּעקטאַקלען און ווייניק ערנסטע, דראַמאַטישע פּיעסעס, כאָטש, אַזוינע זענען אויכעט פֿאַראַן אינעם רעפּערטואַר פֿון „ייִדישפּיל‟? אַלע האָבן איין תּירוץ: דער עולם דערוואַרט פֿון אונדז ייִדישן הומאָר, אַניט וועט ער ניט קומען; דער עולם וועט ניט פֿאַרשטיין קיין ערנסטע זאַכן; מיטן עולם דאַרף מען רעדן אויף פּראָסט מאַמע־לשון אאַז”וו. די זעלבע תּירוצים זענען אויך געווען מיט הונדערט יאָר צוריק, ווען מע פֿלעג דיסקוטירן אין די ייִדישע צײַטונגען וועגן „שונד־טעאַטער‟ און „קונסט־טעאַטער‟.
„דאָס פֿאָלק וועט ניט פֿאַרשטיין‟ — די אייביקע טענה! דאָך, פֿלעגן די ייִדישע טעאַטערס אין בוקאַרעשט שטעלן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה ניט בלויז פֿאָרשטעלונגען צום לאַכן, נאָר אויך פּרצעס פּיעסע „בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟, רעזשיסירט פֿון יעקבֿ שטערנבערג, און די זאַלן, שטעלט זיך פֿאָר, זענען געווען פֿול געפּאַקט. אויף די פֿאָרשטעלונגען פֿלעגן קומען אויך רומענער, כאָטש זײ האָבן ניט געקענט ייִדיש. זיי האָט אינטערעסירט יעקבֿ שטערנבערגס עקספּערימענטאַלע רעזשי.
דער מאָסקווער ייִדישער „גאָסעט‟ האָט געשטעלט שעקספּירס „קעניג ליר‟, פֿלעגן אויף די פֿאָרשטעלונגען קומען אויך רוסישע טעאַטער־ליבהאָבער, צו זען מיכאָעלסן אין דער הויפּט־ראָלע. צי קומען הײַנט אויף די ייִדישע פֿאָרשטעלונגען טעאַטער־טוער פֿון אַנדער, ניט ייִדישע טעאַטערס אויף עפּעס צו לערנען זיך דאָרט?
כ’בין זיכער, אַז אונדזער מיינונג וועגן דעם ייִדיש־רעדנדיקן, ייִדיש־פֿאַרשטייענדיקן פֿאָלק איז ניט ריכטיק. ווײַזט אים ערנסטע קונסט, וועט ער עס פֿאַרשטיין! אַ מאָל וויל זיך אויך וויינען און ניט נאָר לאַכן! וויינען מיט ליכטיקע טרערן; וויינען, וואָלט איך געזאָגט, „מיט טײַבעלעך‟, ניט נאָר לאַכן „מיט יאַשטשערקעס‟. ווײַל טרערן לײַטערן אויס די נשמה, ווי אַ רעגן דעם כמאַרנע הימל.
דער פּאָעט יהואש האָט אינעם ליד „תּהילים‟ געשריבן:
איך האָב געוויינט, האָט מײַן געוויין
דאָס האַרץ מיר אויסגעוואַשן ריין…
אין אונדזער פֿאָלקלאָר זענען פּאָפּולער ניט נאָר „די כעלעמער נאַראָנים‟ און הערשעלע אָסטראָפּאָליער. מיר האָבן דאָ אָן אַ צאָל לידער, וואָס ווען מע הערט זיי, וויל זיך וויינען. טרערן היילן אויך — די נשמה, דאָס האַרץ. און דער עולם האָט ליב און פֿאַרשטייט און זינגט די דאָזיקע אומעטיקע לידער.
„יעדע צײַט האָט אַזאַ טעאַטער, וואָס זי פֿאַרדינט‟ — האָט אַ מאָל געזאָגט געהאָרג פֿירפֿוקס, איינער פֿון די אָנגעזעענסטע טעאַטער־רעפֿאָרמאַטאָרן אין דײַטשלאַנד. איז האָבן מיר, הייסט עס, אי אין ישׂראל, אי אין אַנדערע קאַנטן אַזאַ טעאַטער, וואָס מיר און די צײַט אונדזערע האָט פֿאַרדינט.
ניט לאַנג האָט מיכאל פֿעלזענבאַום אין זײַן אַרטיקל אין „פֿאָרווערטס‟ געשריבן וועגן „ייִדישפּיל‟ און געהאַט טענות צום טעאַטער, פֿאַר וואָס זיי האָבן ניט דערצויגן אַן אייגענעם דראַמאַטורג. צוליב וואָס דאַרף מען עס? אַז דעם סצענאַר פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג „דזשיגאַן און שומאַכער קנאַקן שוין ווידער‟ האָבן אָנגעשריבן די ישׂראל־דראַמאַטורגן אויף עבֿרית, און מע האָט עס איבערגעזעצט אויף ייִדיש און פֿאַרטיק!
ווי באַקאַנט, זעען די טעאַטער־סימבאָלן אויס ווי צוויי מאַסקעס: איין מאַסקע לאַכט און די אַנדערע וויינט. זאָלן זײַן ספּעקטאַקלען, אויף וועלכע דער עולם לאַכט, און אַפֿילו קײַקלט זיך פֿאַר געלעכטער. נאָר זאָלן זײַן אויך אַזוינע, וווּ דער עולם וויינט, לאָזט עטלעכע טרערן, ווײַל וויינען איז אויך אַ מאָל געזונט; וויינען מיט טײַבעלעך! אַז ווען מע וועט נאָכן ספּעקטאַקל פֿרעגן אײַער מיינונג, זאָל איר אויך קאָנען זאָגן: „מע וויינט, מע טראַכט!…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.