די מאַריכואַנע האָט גאָר אַ לאַנגע און פֿאַרשידנאַרטיקע געשיכטע. מע נוצט זי שוין טויזנטער יאָר, סײַ פֿאַר רעליגיעזע און געזונט־צוועקן, און סײַ פֿאַרן אַזוי גערופֿענעם „פֿאַרווײַלערישן צוועק‟, געמיינט, לויטן ייִדישן אייפֿעמיזם, „צו פֿליִען‟. דאָס געוויקס, וואָס איז באמת אַ קרײַטעכץ (herb), שטאַמט אָריגינעל פֿון אַזיע. דער באַנוץ פֿון מאַריכואַנע אינעם מיטלן־מיזרח איז עלטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דאָס וואָרט „קאַנאַביס‟, למשל, שטאַמט פֿון אַן אַשורישן וואָרט פֿאַר אַ רעליגיעזן ריטואַל, וואָס מיינט, „אַן אופֿן ווי מע קען מאַכן רויך‟. אינעם ריטואַל האָבן די אַשורישע גלחים, פֿאַרשטייט זיך, „פֿאַרווײַלט‟ מיט מאַריכואַנע, כּדי משנה צו זײַן זייער באַוווּסטזײַן. געוויסע היסטאָריקער האַלטן אַפֿילו, אַז די ייִדישע כּהנים האָבן זיך אויך באַנוצט מיט מאַריכואַנע אינעם בית־המיקדש, אָבער קיין עכטע באַווײַזן, וואָס וואָלטן דאָס באַשטעטיקן, האָט מען נאָך ניט געפֿונען.
אין אַמעריקע, לויטן עדות־זאָגן פֿון אַ סך היסטאָרישע דאָקומענטן, האָבן מענטשן זיך באַנוצט מיט מאַריכואַנע, סײַ ווי מיט אַ „פֿאַרווײַלישן נאַרקאָטיק‟ און סײַ ווי אַ רפֿואה, וואָס האָט אויסגעזען ווי אַ פּודער. אין די 1880ער יאָרן האָט דער פּרעסטיזשפֿולער אַמעריקאַנער זשורנאַל „האַרפּערס‟ (Harpers) איבערגעגעבן, אַז בלויז אין שטאָט ניו־יאָרק האָבן פֿונקציאָנירט מער ווי 500 „קאַנאַביס־אַלקערס‟, אין וועלכע מענטשן פֿון אַלע סאָציאַלע שיכטן האָבן גערייכערט מאַריכואַנע צוזאַמען.
אין די 1940-1900ער יאָרן האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט בכלל און אין אַמעריקע בפֿרט אַ געוואַלדיקער פּחד צו אַלע סאָרטן נאַרקאָטיקן. אין די ערשטע יאָרן פֿונעם יאָרהונדערט האָבן געוויסע שטאַטן פֿאַרווערט דעם פֿאַרקויף פֿון קאָקאַיִן און אַנדערע נאַרקאָטיקן ווי אָפּיום. אין 1914 האָט די פֿעדעראַלע רעגירונג פֿאַרווערט קאָקאַיִן אין גאַנצן. כּדאַי צו באַמערקן, אַז מיט 20 יאָר פֿריִער איז קאָקאַיִן געווען אַזוי געוויינטלעך, אַז מע האָט אים אַפֿילו פֿאַרקויפֿט אין ס׳רובֿ אַמעריקאַנער אָפּטייקן אין פֿאָרעם פֿון געטראַנקען ווי „קאָקאַ־קאָלאַ‟, וואָס מע האָט טאַקע אַ נאָמען געגעבן נאָך איר מאַכטפֿולן הויפּט־אינגרעדיענט.
אַפֿילו קעגן אַלקאָהאָל האָט די רעגירונג אײַנגעאָרדנט שטרענגע באַגרענוצונגען: אין אַמעריקע איז עס געווען אין גאַנצן אומלעגאַל צו מאַכן אָדער פֿאַרקויפֿן אַלקאָהאָל פֿון 1933 ביז 1920, כאָטש אין יענער תּקופֿה פֿון „פּראָהיביציע‟, האָט מען יאָ געקענט טרינקען אַלקאָהאָל, אויב מע האָט עס נאָר געקענט געפֿינען. צוליב דעם, וואָס מע האָט פֿאַרווערט כּמעט אַלע נאַרקאָטיקן און אַלקאָהאָל איז געוואָרן אוממעגלעך פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן עס צו באַקומען, איז מאַריכואַנע געוואָרן אַ סך מער פּאָפּולער, ווײַל זי איז געווען דער איינציקער ברייט־פֿאַרשפּרייטער לעגאַלער נאַרקאָטיק.
אין אַזאַ עפּאָכע אָבער פֿון פֿאַרווערן אַפֿילו אַלקאָהאָל, אויס מורא פֿאַר סאָציאַלע ווירקונגען, האָט מען אויך אין גיכן אָנגעהויבן באַגרענעצן דעם באַנוץ פֿון מאַריכואַנע. אַזוי ווי מיט קאָקאַיִן, האָט מען זי צום ערשט געמאַכט אומלעגאַל צום פֿאַרקויף, און דערנאָך זי פֿאַרווערט אין גאַנצן. אין די 1940ער יאָרן, בלויז אַ דור נאָך דעם ווי מע האָט זי ברייט לעגאַל באַנוצט, האָט מען לויט דעם פֿעדעראַלן געזעץ, געדאַרפֿט באַשטראָפֿן יענע, וועלכע מע האָט געכאַפּט מיט אַפֿילו אַ ביסל מאַריכואַנע — פֿון 2 ביז 10 יאָר טורמע. כאָטש מע האָט די שטראָף געמאַכט אַ סך לײַכטער זינט יענע יאָרן, און, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס 17 מיליאָן אַמעריקאַנער פֿון אַלע שיכטן באַנוצן זיך מיט איר יעדן חודש, איז מאַריכואַנע געבליבן אומלעגאַל אין גאַנץ אַמעריקע.
דער מצבֿ האָט זיך אָבער דראַסטיש געביטן דעם 6טן נאָוועמבער 2012, ווען די וויילער פֿון די שטאַטן אין קאָלאָראַדאָ און וואַשינגטאָן האָבן געשטימט צו לעגאַליזירן מאַריכואַנע. אין קאָלאָראַדאָ האָבן זיך הײַיאָר, דעם ערשטן יאַנואַר, שוין געעפֿנט די ערשטע לעגאַלע מאַריכואַנע־געשעפֿטן. כּדאַי צו באַמערקן, אַז די קאָלאָראַדער „קאַנאַביס־הײַזער‟ זענען די איינציקע לעגאַלע פֿון אַזאַ מין אויף דער וועלט. אין האָלאַנד, למשל, ניט געקוקט אויף דעם וואָס באַקאַנטע קאַפֿעען פֿאַרקויפֿן קיכעלעך מיט מאַריכואַנע, איז דאָס פֿאַרקויפֿן דאָרט מאַריכואַנע אויך אומלעגאַל. פּשוט קיינעם גייט עס ניט, אַז קיין שטראָפֿן פֿאַר דעם עקזיסטירן ניט. אורוגווײַ וועט אין גיכן אויך אין גאַנצן לעגאַליזירן מאַריכואַנע און אַ סך רעגירונגען איבער דער גאָרער וועלט האַלטן אַן אויג אויף קאָלאָראַדאָ, וואַשינגטאָן און אורוגווײַ, כּדי צו זען, וואָס וועט געשען נאָך דעם וואָס מע וועט דאָס „גראָז‟ לעגאַליזירן.
„מיר איז געווען אַ חידוש, ווי עס האָבן אויסגעזען די מאַריכואַנע־געשעפֿטן‟, האָט אַריאל שטיין, אַ קונסט־סטודענטקע אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟. „זיי זענען געווען באמת ריין, ציכטיק. ס׳איז געווען גאַנץ אָרגאַניזירט, פּראָפֿעסיאָנעל.‟
אַריאל האָט איבערגעגעבן, אַז זי איז געווען אין קאָלאָראַדאָ דעם ערשטן יאַנואַר, כּדי צו פֿאַרברענגען מיט חבֿרים, מיט וועלכע זי האָט זיך באַפֿרײַנדעט בעת אירע שטודיעס אין ישׂראל. „ווען מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז ס׳וועט זײַן דער ערשטער טאָג, האָבן מיר באַשלאָסן צו גיין אײַנקויפֿן. מיר זענען אַרײַנגעגאַנגען אין צוויי געשעפֿטן, איין קראָם איז געווען אַ ביסל מער אויסגעפּוצט ווי די אַנדערע; מע האָט פֿאַרקויפֿט ניט בלויז מאַריכואַנע־בלעטער, נאָר אויך געבאַקטע פּראָדוקטן מיט מאַריכואַנע, ווי „בראָוניס‟ (Brownies) און אַפֿילו בוימל, געמאַכט פֿון מאַריכואַנע. ביידע קראָמען האָבן פֿאַרקויפֿט די מאַריכואַנע־בלעטער פֿאַר אַרום 15 דאָלאַר אַ גראַם, אַ פּרײַז, וואָס איז זייער ענלעך צום נאָרמאַלן ׳גאַסן־פּרײַז׳, נאָר די קוואַליטעט איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך בעסער, ווי געוויינטלעך.‟
אַריאל האָט איבערגעבן, אַז כאָטש די איבערלעבונג האָט זיך געפֿילט ניט אַנדערש, ווי למשל, בײַם קויפֿן להבֿדיל אַ פֿלעשל ווײַן, זענען פֿאָרט געווען אַ פּאָר גרויסע אונטערשיידן. „מע האָט אונדז בפֿירוש געוואָרנט, אַז מע טאָר ניט פֿאָרן מחוץ קאָלאָראַדאָ מיטן פּראָדוקט‟, האָט זי געזאָגט. „און נאָך: ווען מע האָט מיך געגעבן דאָס שאַכטל מיט מאַריכואַנע, האָט דער קאַסירער מיר געזאָגט, ׳ברוך־הבא אין דער געשיכטע׳. ס׳איז געווען אַ ריזיקע דערשײַנונג צו זײַן צווישן די ערשטע, וואָס האָבן געקענט לעגאַל גיין אײַנקויפֿן מאַריכואַנע. פֿאַרשטייט זיך, אַז די רייען זענען אויך געווען גאַנץ לאַנג צוליב דעם. די געשעפֿטן פֿול געפּאַקט. די קונים זענען געווען פֿון אַלע דורות, פּראָפֿעסיאָנעלע מענטשן אין זייערע 30ער יאָרן, יונגע אוניווערסיטעט־סטודענטן, מענטשן אין זייערע 60ער, וואָס האָבן אויסגעזען אין גאַנצן נאָרמאַל. ממש אַלע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט‟.
אויף דער פֿראַגע, צי מאַריכואַנע שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער קולטור בײַ יונגע ייִדן, האָט אַריאל געענטפֿערט, אַז יאָ. „ס׳איז דאָ, אַ סטערעאָטיפּ, אַז יונגע ייִדן זענען שטאַרקע אָנטייל־נעמער אין דער מאַריכואַנע־קולטור. און ס׳איז דאָך אמת, אַז די ייִדישע קאָמיקער שרײַבן אַ סך פֿון די וויצן, וואָס גייען אַרײַן אין די פֿילמען וועגן דער ׳Stoner׳-קולטור, און אַז יונגע ייִדן שאַפֿן אַ סך פֿון אָט דער קולטור. די ייִדישע יונגט־קולטור איז ניט קיין קולטור פֿון משקה, נאָר פֿון מאַריכואַנע. זי איז גאָר פֿאַרשפּרייט אין די ייִדישע יונגט־באַוועגונגען, בפֿרט אין ׳יאָנג דזשודעאַ׳ (Young Judea) און ׳הבונים דרור׳. יונגע ייִדן רייכערן דאָרט אַ סך‟.
וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער מאַריכואַנע־לעגאַליזאַציע, איז אַריאל גאַנץ אָפּטימיסטיש. „עס וועט זיך זיכער פֿאַרשפּרייטן, כאָטש דער פּראָצעס וועט מסתּמא זײַן אַ פּאַמעלעכער, בפֿרט בײַם אָנהייב‟, האָט זי געזאָגט. „אָבער אַז מענטשן וועלן זען, אַז ס׳איז ניט אַזוי שרעכלעך ווי מע מיינט, און אַז די רעגירונג קען פֿאַרדינען פֿיל געלט דערפֿון, וועלן אַ סך מער מענטשן עס שטיצן. און פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳לייגט זיך שטאַרק אויפֿן שׂכל. מע קען שוין טרינקען אַלקאָהאָל און אַ סך מענטשן רייכערן סײַ ווי סײַ מאַריכואַנע. איצט וועלן זיי זי קענען באַקומען אָן די סכּנות, וואָס עקזיסטירן, צוליב דעם, וואָס זי איז אומלעגאַל. מע וועט ניט דאַרפֿן זאָרגן וועגן דער קוואַליטעט, וועגן ווערן אַרעסטירט אָדער צופֿעליק געשעדיקט צוליב פֿאַרברעכנס, וואָס קומען פֿאָר ווי אַ טייל פֿונעם אומלעגאַלן נאַרקאָטיק־האַנדל. אין אַ דור אָדער צוויי אַרום וועט עס זײַן אין גאַנצן נאָרמאַל, ווי קויפֿן אַ ביר‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.