קען גאָרדאָן, אַ ייִדישע טאַטע פֿון עטלעכע קינדער, האָט זיך אָפּגערופֿן מיט אַ בריוו אינעם „Forward‟ אויף דעם אַנומלטיקן דעמאָגראַפֿישן באַריכט פֿונעם פֿאָרש־צענטער „פּיו‟, לויט וועלכן צוויי דריטל פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן זענען נישט קיין מיטגלידער פֿון אַ שיל. גאָרדאָן האָט איבערגעגעבן, אַז ער געהערט צו דער דאָזיקער גרופּע און געהערט אויך נישט צו אַ שיל. וואָס טוט מען, אָבער, מיט דער ייִדישער בילדונג פֿון קינדער? דער מחבר פֿונעם בריוו גלייבט, אַז פֿאַר אים איז גענוג צו שיקן זײַנע קינדער אין אַ ייִדישער טאָגשול.
נישט לאַנג צוריק, האָט אַ ראַבינערין געפּרוּווט איבערצוצײַגן גאָרדאָנס משפּחה זיך אָנצושליסן ווי מיטגלידער אין איר סינאַגאָגע. גאָרדאָן האָט אָבער באַשלאָסן דורכצופֿירן זײַן טאָכטערס בת־מיצווה אויף אַן אומאָפּהענגיקן אופֿן. די ראַבינערין האָט דערקלערט אין איר בליצפּאָסט, אַז ווען אַ קינד פֿאַרענדיקט די ייִדישע שול, איז וויכטיק אָנצוהאַלטן די פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער קהילה. דעריבער, האָט זי געטענהט, מוז מען זײַן פֿאַרבונדן מיט אַ שיל.
אין זײַן בריוו, דריקט גאָרדאַן אויס אַ חידושדיקן געדאַנק: צו שאַפֿן אייגענע קהילות אַרום די ייִדישע טאָגשולן, וואָס קאָנען דינען נישט בלויז ווי אַ בילדונג־אַנשטאַלט פֿאַר קינדער, נאָר אויך ווי אַ צענטער פֿון ווײַטערדיקע לימודים פֿאַר דערוואַקסענע, ווי אויך אָן אָרט, וווּ די עלטערן קאָנען צוגרייטן זייערע קינדער צו בר־ און בת־מיצוות. דער מחבר פֿונעם בריוו לייגט פֿאָר צו פֿאַרברייטערן די גאַנצע קאָנצעפּציע פֿון ייִדישע טאָגשולן. למשל, מע וואָלט געקאָנט ברענגען אַהין די אָרטיקע פּראָפֿעסאָרן און אָרגאַניזירן ערנסטע לעקציעס, און פּראָפֿעסיאָנעלע לימודים פֿאַר פֿאַך־לײַט.
קען גאָרדאָן דינט ווי אַ פֿאַרוואַלטער פֿון סאָציאַלער מעדיאַ און תּוכן־סטראַטעג בײַ דער אָרגאַניזאַציע „פּאַרטנערשאַפֿט פֿאַר אויסגעצייכנטער ייִדישער בילדונג‟ („PEJE‟). ער איז אויך אַ מיטגרינדער פֿון „JEDLAB‟, אַ נעץ פֿון ייִדישע לערער. ער באַטאָנט, אַז ווײַט נישט פֿאַר אַלע ייִדן דרייט זיך דאָס ייִדישע לעבן אַרום דער שיל. אַ טייל זענען וועלטלעכע, אָדער אינטערעסירן זיך מער מיט קולטורעלע און אינטעלעקטועלע ענינים. זיי ווילן נישט צאָלן דעם הויכן מיטגלידשאַפֿט־פּרײַז פֿאַר דער שיל, וווּהין זיי וואָלטן סײַ־ווי־סײַ געגאַנגען בלויז ראָש־השנה און יום־כּיפּור. אַנשטאָט דעם, לויט זײַן מיינונג, וואָלט מען געקאָנט פֿאַראינטערעסירן אַזעלכע מענטשן מיט דער טעטיקייט אַרום אַ פֿאַרברייטערטער טאָגשול.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.