דער אויפֿפֿיר און מיינונגען פֿון נישט־חתונה־געהאַטע לײַט ווערט פּרטימדיק אַנאַליזירט אין אַ נײַער אַנקעטע, דורכגעפֿירט בשותּפֿות דורך די שדכנות־וועבזײַטן JDate און Christian Mingle.
84% פֿון די ייִדישע באַטייליקטע האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן קיין מאָל נישט פֿאַרראַטן זייער געליבטע אָדער געליבטן, אין פֿאַרגלײַך מיט בלויז 66% פֿון די קריסטלעכע באַטייליקטע.
די ייִדן פֿילן זיך אויך, אַ פּנים, נעענטער צו דער מאַמען. 53% פֿון זיי האָבן געזאָגט, אַז די מאַמע האָט געהאַט די גרעסטע השפּעה בײַם העלפֿן זיי צו באַשליסן מיט וועמען חתונה צו האָבן. בלויז 36% פֿון די קריסטן אין דער אַנקעטע האָבן געזאָגט דאָס זעלבע וועגן זייערע מאַמעס.
די ייִדישע באַניצער פֿון די שדכנות־וועבזײַטן האָבן אויך געשאַצט העכער די פּערזענלעכקייט פֿון אַ פּאָטענציעלן שידוך. 76% האָבן געזאָגט, אַז די פֿאָטאָגראַפֿיעס זענען אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר אין זייער באַשלוס, צי זיי זאָלן אַרויסגיין מיט דעם מענטש, בעת 80% זאָגן, אַז צו ערשט לייענען זיי איבער, וואָס די מענטשן האָבן אָנגעשריבן וועגן זיך, איידער זיי מאַכן זייער באַשלוס.
97% פֿון די ייִדן האָבן געזאָגט, אַז דער נעגאַטיווער צוגאַנג צו ”ליבע דורך דער אינטערנעץ“ איז אַ זאַך פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, און 94% פֿון די קריסטלעכע באַטייליקטע האָבן מסכּים געווען מיט דעם.
ביידע גרופּעס האָבן געזאָגט, אַז דאָס אַרויסגיין אויף ראַנדקעס איז הײַנט מער קאָמפּליצירט, ווײַל ס׳איז נישט תּמיד קלאָר, צי די באַגעגעניש איז אַ ראָמאַנטישע, צי נישט. 61% פֿון די ייִדן און 62% פֿון די קריסטן האָבן געזאָגט, אַז בעת אַ ראַנדקע זענען זיי אָפֿט נישט זיכער, אויב דער צווייטער איז טאַקע פֿאַראינטערעסירט אין זיי.
77% פֿון די ייִדישע באַטייליקטע האָבן געזאָגט, אַז דער מאַנסביל דאַרף באַצאָלן פֿאַר דער ערשטער ראַנדקע, אָבער בלויז 39% האַלטן, אַז ער מוז באַצאָלן פֿאַר אַלע ווײַטערדיקע ראַנדקעס.
אויף דער פֿראַגע, צוליב וואָס פֿאַר אַ סיבות וואָלטן זיי קאַטעגאָריש מער נישט זיך געטראָפֿן מיט אַ געוויסן מענטש, האָבן 29% פֿון די ייִדן געענטפֿערט: אויב ער אָדער זי איז נישט ריין אָדער ציכטיק, אָדער אויב דער מענטש רייכערט. 38% פֿון די קריסטן האָבן געזאָגט, אַז דאָס נישט זײַן ריין אָדער ציכטיק איז אַ גענוג שטאַרקע סיבה זיך מער נישט צו טרעפֿן מיט זיי, אָבער בלויז 20% האַלטן, אַז דאָס רייכערן איז אומדערטרעגלעך.
דאָס איז דאָס צווייטע יאָר, וואָס JDate און Christian Mingle קאָלאַבאָרירן אויף אַזאַ שטודיע. 2,647 מענטשן צווישן 18 און 59 יאָר אַלט האָבן זיך אין דעם באַטייליקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.