אין דער הײם און אױף דער גאַס

At Home and In the Street

STEFAN SADOVNIKOV

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published January 26, 2014, issue of February 14, 2014.

קײן ייִדיש בעלץ איז מער נישטאָ, די 90־ און 80־יעריקע בעלצער ייִדן װערן אַלץ װײַטער אָפּגעשײדט פֿון אונדז, נאָר, עס האָט זיך אױסגעװיזן, אַז די 60־ און 50־יעריקע האָבן אָפּגעהיט די שפּראַך אין זײערע הערצער, איבער הױפּט, דעם מינדלעכן לעקסישן אוצר.

די סאָוועטישע מאַכט האָט זיך פֿעסט אײַנגעװאָרצלט אין בעסאַראַביע, נאָר אין די מיט־1950ער יאָרן און שפּעטער, נאָך לאַנגע דרײַסיק יאָר פֿון רדיפֿות, האָט נאָך ייִדיש געלעבט, אױב ניט אױף דער גאַס, איז אין די ייִדישע שטיבער זיכער. סוף 1960ער, אָנהײב 1970ער יאָרן זענען ס’רובֿ ייִנגלעך און מײדלעך, געבױרן נאָך דער מלחמה און דערצױגן אױף אַ מינדלעכן ייִדיש (קײן ייִדישע שולן זענען מער נישט געװען), „זיך צעפֿלױגן‟ — װער קײן ישׂראל צו װערן „עם חופֿשי‟, און װער קײן רוסלאַנד, צו קריגן אַ „לײַטישע‟ אַקאַדעמישע בילדונג.

אַזױ צי אַנדערש, אָבער אין בעלץ איז קײן מאָל נישט געװען קײן פּראָבלעם אויסצופֿילן דעם ריזיקן קולטור־פּאַלאַץ פֿאַר אַ ייִדישן קאָנצערט אָדער אַ פֿאָרשטעלונג סײַ אין די 1960ער און סײַ אין די 1980ער יאָרן. אין דער ייִדישער טעאַטער־סטודיע „מנורה‟, װעלכע איך האָב געגרינדעט אין 1988, זענען געװען באַשעפֿטיקט אַרום זיבעציק (!) ייִנגלעך, מײדלעך און גאָר יונגע לײַט, פֿאַר װעלכע ייִדיש האָט נישט געקלונגען פֿרעמד.

דעריבער האָט עס בײַ מיר נישט אַרויסגערופֿן קיין גרויסן חידוש, ווען איך האָב באַקומען אַ העפֿטל מיט ייִדישע װערטלעך, רעדנסאַרטן, פֿאַרגלײַכונגען, װינטשעװאַניעס און קללות, װעלכע האָבן געלעבט און געאָטעמט אין די בעלצער משפּחות, אױף דער אַרבעט, אױפֿן מאַרק און אױף דער גאַס.

אַ גוט געניטער און געלערנטער ייִדישער לײענער װעט זיכער זאָגן, אַז דער „דאָזיקער אוצר‟ האָט שױן פֿון לאַנג געפֿונען זײַן אָרט אין אַ רײ גרױסע און װיכטיקע זאַמלונגען, זשורנאַלן, װערטערביכער און אַרטיקלען. אַ רײנער אמת. ס‘רובֿ שפּריכװערטער קען מען געפֿינען אין איגנאַץ בערנשטײנס „ייִדישע שפּריכװערטער און רעדנסאַרטן‟, אין ש. באַסטאָמסקיס „בײַם קװאַל‟, אין נ. סטוטשקאָװס „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟, װי אױך אין די גאָר נײַע װערטערביכער.

אין אונדזער פֿאַל רעדט זיך װעגן אַ גאַנץ נײַער טענדענץ. די זאַמלערין ראָזאַליע קראָכמאַל איז אױסגעװאַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער בעלצער היים, אָבער קײן מאָל נישט געלערנט די שפּראַך, אין אַ װעלכער ניט איז ייִדישער בילדונגס־אינסטיטוציע. דאָס הײסט, אַז אױף איר ייִדיש האָט קײן מאָל ניט געהאַט קײן השפּעה ניט דאָס געדרוקטע ייִדישע װאָרט און ניט די נאָרמעס פֿונעם כּלל־ייִדיש. מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַ מינדלעכן אוצר, װעלכער איז געװען אױסגעפֿורעמט און באַגרענעצט מיט די ראַמען פֿון אײן ייִדישער משפּחה, אײן ייִדישן קװאַרטל און אין כּמעט אײן ייִדישער שטאָט.

די צװײטע מעלה פֿון דער דאָזיקער זאַמלונג איז די באַזונדערע, גאָר פּינקטלעכע טראַנסליטעראַציע, װעלכע דערלױבט אונדז צו הערן די אמתע (נישט קײן ליטעראַרישע) מעלאָדיק פֿון דער בעלצער אױסשפּראַך. פֿאַר די סאָציאָלאָגן און שפּראַך־פּסיכאָלאָגן װעט זײַן אינטערעסאַנט און װיכטיק צו אַנאַליזירן דעם לעקסישן קאָרפּוס לױט די געזעלשאַפֿט־געזעצן.

עס װאַרפֿט זיך אין די אױגן, אַז אין דער זאַמלונג איז ניטאָ קײן סימן פֿון די רעליגיעזע און כּלי־קודש־װערטלעך. אױך דאָס איז אַ װיכטיקער שטריך אין דער אַנטװיקלונג פֿון דער מינדלעכער שפּראַך אין בעלץ אין די מיט־1950ער יאָרן, װען עס האָבן זיך אָנגעהױבן די ברוטאַלע רדיפֿות אױף די שילן בכלל און די כּלי־קודש בפֿרט. דאָס זעלבע קען מען זאָגן װעגן רומעניש, װאָס האָט כּמעט אױפֿגעהערט צו זײַן אַ גערעדטע שפּראַך אין די בעסאַראַבער ייִדישע משפּחות, און אױפֿגעהערט צו װירקן אױף ייִדיש.

אַ געװיסער טײל אין דער זאַמלונג פֿאַרנעמען די גראָבע, ניבֿל־פּהיִקע און װוּלגאַרע װערטלעך און קללות. אױך דאָס איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, װײַל אַלץ װאָס איז פֿאַרבאָטן, רופֿט בײַ די קינדער אױס אַ באַזונדערן אינטערעס און װערט פֿאַרקריצט אינעם זכּרון אױף אײביק. מע קען גאָרנישט טאָן, אַזױ האָט גערעדט די בעלצער גאַס און עס איז ניטאָ מיט װאָס זיך צו שעמען. און בכלל, לינגװיסטיק װײסט נישט פֿון קײן שײנע אָדער מיאוסע װערטער. אַ װאָרט איז אַ װאָרט, און שױן.

ליידער, דער בעסאַראַבער דיאַלעקט פֿון ייִדיש האָט ניט געהאַט קײן גרױסע פֿאָרשערס, כאָטש ער איז, מסתּמא, דער שענסטער, דער זאַפֿטיקסטער און, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע ייִדישע דיאַלעקטן, דער סאַמע „װײַטער‟ פֿון מיטל־הױכדײַטש און פֿון כּלל־ייִדיש. עס דאַכט זיך, אַז דער בעסאַראַבער ייִדיש האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך כּמעט אַלע „נטיות‟ פֿונעם כּלל־ייִדיש (ייִװאָ). דעריבער, װי אַ צוגאָב צו דער ייִװאָ־טראַנסליטעראַציע, גיבן מיר צו אַ שורה מיט אַ פֿאָנעטישער טראַנסליטעראַציע אױפֿן בעסאַראַבער ייִדיש.

אַ פּאָר װערטער װעגן די זאַמלערס.

ראָזאַליע קראָכמאַל (מײדלװײַז — גלאָצער) איז געבױרן געװאָרן אין יאָר 1947, אין בעלץ, בעסאַראַביע, אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה. פֿאַרענדיקט דעם פּאָליטעכנישן אינסטיטוט אין סאַראַטאָוו, רוסלאַנד. פֿון 1973 — װידער אין בעלץ. אין 1990 אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל.

יעקבֿ כּהן איז געבױרן געװאָרן אין יאָר 1930 אין סאָקירען, בעסאַראַביע. פֿון 1941 ביז 1944 אַן אַסיר אין דער טראַקאַנאָװקער געטאָ, טראַנסניסטריע. פֿאַרענדיקט דעם טשערנאָװיצער אוניװערסיטעט, דעם פֿאַקולטעט פֿון דער אַלגעמײנער געשיכטע. פֿון 1954 געװױנט און געאַרבעט אין דראָהאָביטש, אוקראַיִנע. פֿון 1994 — אין ישׂראל.

די זאַמלערס װידמען די אַרבעט זײערע קרובֿים, אומגעקומענע אין די געטאָס און לאַגערן.

***

מיר ברענגען ווײַטער עטלעכע מוסטערן פֿון דעם פֿאָלקלאָר־זאַמלבוך „אין דער הײם און אױף דער גאַס‟. דעם גאַנצן מאַנוסקריפּט לייענט אויף אונדזער בלאָג „פּענשאַפֿט‟.

די בעלצער צונעמען

ברוך דער פּגר
‏Borekh der peyger
‏ Burykh der peyger

הערשעלע “דער פֿאַרקאַקטער יריד”
‏Hershele “der farkakter yarid”
‏ “Ershele “der farkakter yarid

װאָלאָדיע “פֿיר פּוד אָן די פֿיס”
‏Volodye “fir pud on di fis”
‏ Volodye “fir pid un di fis”

חײַקע “כ’האָב פֿאַרלױרן דעם שפּאַן”
‏Khayke “kh’hob farloyrn dem shpan”
‏Khayke “kh’o farloyrn dem shpon”

יאַנקל דער ממזר
‏Yankl der mamzer
‏Yankl der momzer

יאַנקל “דער צעדרײטער קאַרטיאָזשניק”
‏Yankl “der tsedreyter kartyozhnik”
‏ Yankl “der tsidreyter kartyozhnik”

לײזער “דער רױטער קאַצאַפּ”
‏“Leyzer “der royter katsap
‏ Leyzer “der royter katsop

מאָניע “דער שװאַרצער ציגײַנער”
‏Monye “der shvartser tsigayner”
‏Monye “der shvartser tsiganer”

מענדל דער שװינדלער
‏Mendl der shvindler

סאָניע “די קאַרגע צרה”
‏“Sonye “di karge tsore
‏ Sonye “di karge tsure”

סורקע די קרומע
‏Surke di krume
‏ Surke di krime

פֿישל דער פּישל
‏Fishl der pishl

שמואליק “אַ משוגענע סחורה”
‏“Shmulik “a meshugene skhoyre
‏ “Shmilik “a mishigene skhoyre

שמיל דער געבעבעטער
‏Shmil der gebebeter

שׂרה די באָמבע
‏Sore di bombe
‏ Sure di bombe