מיט עטלעכע חדשים צוריק האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אינעם „טעאַטער J‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם ייִדישן קהילה־צענטער אין וואַשינגטאָן, וועט מען פֿאָרשטעלן די פּיעסע The Admission (די ווידוי) פֿונעם ישׂראלדיקן דראַמאַטורג, מאָטי לערנער.
די פּיעסע פֿאַרגלײַכט די ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינער קוקווינקלען פֿון אַ געשעעניש אין אַן אַראַבישן דאָרף בעת דער אומאָפּהענגיקייט מלחמה פֿון 1948. באַלד ווי דער טעאַטער האָט געמאָלדן וועגן דער פּראָדוקציע, האָט אַ פּראָ־ישׂראלדיקער קאָמיטעט, „בירגער קעגן פּראָפּאַגאַנדע, וואָס פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר קונסט‟ (COPMA) געגרינדעט אַן ענערגישע עפֿנטלעכע קאַמפּאַניע קעגן דעם.
איך בין זיך מודה, אַז אַפֿילו בלויז דער רמז פֿון אַן אַנטי־ישׂראלדיקער שטעלונג רופֿט בײַ מיר אַרויס דערווידער, און בפֿרט, ווען איך הער עס פֿון אַנדערע ייִדן. האָב איך זיך טאַקע גלײַך אידענטיפֿיצירט מיט דער טענה פֿון COPMA, אַז די פֿעדעראַציע־פֿאָנדן וואָלטן נישט געדאַרפֿט געניצט ווערן פֿאַר פּראָיעקטן, וואָס דעמאָניזירן אָדער דעלעגיטימיזירן די ייִדישע מדינה. אָבער אָן צו האָבן געלייענט אָדער געזען The Admission, האָב איך נישט געקענט זײַן זיכער, אַז די פּיעסע איז אַזוי אַנטי־ישׂראלדיק ווי COPMA האָט דערקלערט.
האָבנדיק יאָ געלייענט אַ צווייטע קאָנטראָווערסאַלע פּראָדוקציע, וואָס מע האָט אויפֿגעפֿירט אין „טעאַטער J‟ — קאַריל טשערטשעלס שרעקלעכע פּיעסע, „זיבן ייִדישע קינדער‟ — בין איך נישט געווען גרייט דן צו זײַן לכּף־זכות דעם טעאַטער אָדער זײַן אַרטיסטישן דירעקטאָר, אַרי ראָט. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער בליצבריוו־אויסבײַט צווישן מיר און ראָט, אין שײַכות מיט אַן אינטערנעץ־פֿאָרום פֿון חורבן־פֿילמען און ־ליטעראַטור, געווען גאַנץ פֿרײַנדלעך, און כ׳האָב שוין אַפֿילו געהאַט בדעה צו לייענען איינע פֿון זײַנע אייגענע פּיעסעס.
בקיצור, כ׳בין נישט געווען גרייט צו גלייבן, אַז ראָטס כּוונה איז אַזאַ בייזע ווי COPMA האָט געזאָגט. האָב איך אָנגעהויבן פֿאָרשן די אינטערנעץ און געפֿונען אַן איבערגעזעצטן אויסצוג פֿון The Admission. כ׳האָב אויך געלייענט דעם בלאָג פֿון „טעאַטער J‟, וווּ מענטשן, וועלכע האָבן געזען די פּיעסע אין ישׂראל, און סטודענטן וועלכע האָבן זי געזען און אַנאַליזירט אין אַ קאָלעדזש אין וואַשינגטאָן, האָבן באַשריבן זייערע רעאַקציעס. האָב איך געפֿרעגט ראָט, וווּ איך קען באַקומען אַ קאָפּיע פֿונעם סצענאַר. מיט עטלעכע מינוט שפּעטער האָט ער עס מיר צוגעשיקט.
איצט, אַז איך האָב שוין איבערגעלייענט די פּיעסע צוויי מאָל, רופֿט עס בײַ מיר מער נישט אַרויס די זעלבע זאָרגן, ווי ווען כ׳האָב זיך ערשט דערוווּסט דערפֿון. אין פֿאַרגלײַך מיט „זיבן ייִדישע קינדער‟, איז לערנערס פּיעסע נישט קיין אַנטי־ישׂראלדיקע „פּראָפּאַגאַנדע פֿאַרשטעלט פֿאַר קונסט‟. פֿאַרקערט: The Admission גיט איבער פֿאַלן, וווּ מע האָט פֿאַלסיפֿיצירט די צאָל קרבנות, און דערבײַ אָנגעוויזן, אַז געוויסע זאַכן וואָס מיר טײַטשן אויס פֿאַר היסטאָריש קאָרעקט, זענען נישט תּמיד פּינקטלעך, און ווענדן זיך אינעם קאָנטעקסט.
אין דער פּיעסע באַקענען מיר זיך מיט די פֿאַרשידענע קוקווינקלען פֿון די זעלבע געשעענישן. דער אַראַבישער פּאַרשוין, איבראַהים, באַטראַכט דעם ייִדישן העלד, אַבֿיגדור, ווי אַ מערדער פֿון 1948. אָבער בײַ אַבֿיגדורס פֿרוי, איז דער יונגער אַרמיי־קאָמאַנדאַנט „אַ לעבן־געבליבענער, נישט קיין מערדער‟.
לערנער זאָגט אַליין, אַז זײַן פּיעסע איז נישט קיין פּרוּוו צו מישפּטן די געשיכטע, נאָר „אַ באַמיִונג אויסצופֿאָרשן, ווי אַזוי די ייִדן און אַראַבער אין ישׂראל האָבן געשאַפֿן זייערע אייגענע זכרונות פֿון דער געשיכטע, ווי אַ מיטל צו בלײַבן לעבן ווי אַ פֿאָלק. די פּיעסע האָפֿט איבערצוגעבן, אַז אַלע באַזונדערע זכרונות דאַרפֿן אויסגעפֿאָרשט ווערן, כּדי צו שאַפֿן אַ פֿעסטע באַזע פֿאַר אַ צוקונפֿטדיקן צוזאַמענלעבן פֿון די צוויי פֿעלקער.‟
ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער COPMA־קאַמפּאַניע, האָט דער „טעאַטער J‟ טאַקע געביטן זײַן קאַלענדאַר, כּדי די פּיעסע זאָל באַגלייט ווערן מיט דערציִערישע וואַרשטאַטן און דיסקוסיעס. נאָכן איבערלייענען די אויסצוגן פֿון The Admission און די דיסקוסיעס וועגן דעם אויף דער אינטערנעץ, האָב איך שוין אַליין געקויפֿט אַ בילעט אויף דער פֿאָרשטעלונג און צו איינעם פֿון די וואַרשטאַטן, און וועל ספּעציעל פֿאָרן קיין וואַשינגטאָן.
ס׳האָט מיר געדויערט כּמעט זעקס חדשים, אָבער איין זאַך איז קלאָר: ווען איך וועל זײַן גרייט אָפּצושאַצן די פֿאָרשטעלונג, וועט קיינער נישט קענען טענהן, אַז איך בין נישט גענוג אינפֿאָרמירט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.