ווען אָנהייב דעם 20סטן יאָרהונדערט איז אויף דער ייִדישער גאַס אָנגעגאַנגען אַ קאַמף צו דערקלערן ייִדיש אַ פֿולווערטיקע נאַציאָנאַלע שפּראַך, האָט מען געפֿירט ענלעכע וויכּוחים וועגן אַ צאָל אַנדערע לשונות — למשל, אוקראַיִניש און ווײַסרוסיש.
אין נאָרוועגיע איז אין יענער תּקופֿה אָנגעגאַנגען אַ קאַמף פֿאַר דער לינגוויסטישער אומאָפּהענגיקייט פֿון דעניש. אין פֿאַרגלײַך מיטן קליינעם חילוק צווישן דעניש און נאָגרעוויגיש און שוועדיש, איז דער אונטערשייד צווישן ייִדיש און דײַטש ריזיק גרויס. פֿונדעסטוועגן, מאַכן ווייניק סקאַנדינאַוון חוזק איינער פֿונעם צווייטן, און טראַכטן נישט אויס קיין ווילדע טעאָריעס וועגן דעם „זשאַרגאָן‟ פֿון זייערע שכנים.
ייִדיש וועט מען אָבער, מסתּמא, נישט לאָזן צו רו ביז משיחס צײַטן. מיט אַ יאָר צוריק, האָט איינער יורי מאָאָר־מוראַדאָוו פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער באַקאַנטער רוסיש־ייִדישער וועבזײַט „זהבֿ‟ אַן אַרטיקל מיטן נאָמען „דער זאַפֿטיקער ייִדיש פֿון געבעלס‟, באַגלייט מיט אַ בילד פֿון היטלערס רעגירונג. צווישן פֿאַרשיידענע היפּש פֿאַרקריפּלטע און פֿאַרדרייטע ייִדישע אויסדרוקן, באַגלייט מיט אויסטערלישע עטימאָלאָגיעס, דערציילט דער מחבר, אַז יאָזעף געבעלס, דער מיניסטער פֿון פּראָפּאַגאַנדע אינעם דריטן רײַך, האָט אַמאָל אויסגענוצט אַ ייִדיש וואָרט און געזאָגט, אַז „מיט ייִדן מוז מען שמירה שטיין‟.
ווען זעט אַזאַַ קעפּל, קאָן מען מיינען, אַז ס׳איז אַ טייל פֿון דער באַקאַנטער עקלדיקער פּראָפּאַגאַנדע, לויט וועלכער ייִדיש איז אַ „דײַטשישער זשאַרגאָן‟, וואָס טויג גיכער פֿאַר אַ נאַצי, ווי פֿאַר אַ ייִד אין ארץ־ישׂראל, וווּ דער מחבר וווינט. למעשׂה איז דער טאָן פֿונעם אַרטיקל סתּם אַן אינאָרישער; ייִדיש איז פֿאַר אים אַ פֿאַרצײַטישע נישטיקייט, אָבער פֿאָרט אַ טשיקאַווע און אינטערעסאַנטע.
ווען מענטשן לייענען אַזעלכע אַרטיקלען וועגן ייִדיש מיט בילדער פֿון די נאַציס, מעשׂיות וועגן געבעלס און אַנדערע כּלומרשטיקע „טשיקאַוועסן‟, איז נישט קיין חידוש, אַז עמעצער דערטראַכט זיך צו ממש ווילדע טעאָריעס וועגן ייִדיש. דעם 23סטן יאַנואַר, האָט די נײַע ערנסטע רוסישע נײַעס־אַגענטור „רעקס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַעם אַרטיקל וועגן ייִדיש, וואָס הייסט „ווי אַזוי איז אויפֿגעקומען דאָס לשון ייִדיש: מיינונגען‟. איך האָב עס אַ פּאָר מאָל איבערגעלייענט, צו מאַכן זיכער, אַז איך בין נישט אַראָפּ פֿון זינען, און אַז ס׳איז נישט אַ שפּאַס לכּבֿוד דעם ערשטן אַפּריל. ס׳זעט אויס, אַז די דאָזיקע נײַעס־אַגענטור איז פֿעסט פֿאַרבונדן מיט די רוסישע נאַציאָנאַליסטישע קרײַזן.
דער תּל-אָבֿיבֿער פּראָפֿעסאָר פּאָל וועקסלער איז באַקאַנט מיט זײַן טעאָריע, לויט וועלכער ייִדיש איז אַ גערמאַניזירטע סלאַווישע שפּראַך. ער איז זיך משער, אַז די הײַנטיקע אַשכּנזישע ייִדן שטאַמען, על־פּי־רובֿ, פֿון סלאַווישע גרים, וועלכע זענען מיט הונדערטער יאָר צוריק אַריבער אויף אַ גערמאַנישן דיאַלעקט, אָבער אָפּגעהיט אַ סך אַספּעקטן פֿון זייער אַלטער סלאַווישער שפּראַך. אַ סך ייִדיש־פֿאָרשער מיינען, אַז וועקסלערס טעאָריע איז אַן אויסטערליש ספֿקותדיקע מאַכערײַקע. פֿונדעסטוועגן, קאָן מען זיך, אין פּרינציפּ, אַזאַ היסטאָרישן סצענאַר פֿאָרשטעלן. וועקסלער איז אַן ערנסטער וויסנשאַפֿטלער און האָט אייגענע חסידים אין די אַקאַדעמישע קרײַזן. דער שטאַרקער און טיפֿער סלאַווישער עלעמענט אין ייִדיש בלײַבט דערווײַל אַ היסטאָרישע רעטעניש.
ניקאָלײַ שעליאַגאָוויטש, אַ היסטאָריקער און פֿילאָלאָג, האָט פֿאָרגעלייגט אינעם נײַעם רוסישן אַרטיקל צוויי „עקספּערטן‟ צו באַטראַכטן וועקסלערס השערה. גערמאַן יאַנושעווסקי, אַ סאָציאָלאָג און סיסטעם־אַנאַליטיקער, האָט באַטאָנט, אַז כּדי צו פֿאַרשטיין דעם ענין, מוז מען זיך ווענדן צו די אוראַלטע נבֿיאים און אַזעלכע וויזיאָנערן, ווי דער באַרימטער אַלכעמיקער פּאַראַצעלס, וועלכער האָט אינעם 16טן יאָרהונדערט געשריבן, אַז דאָס לעגענדאַרע פֿאָלק פֿון היפּערבאָרעער לעבט אין מאָסקווע. פּאַראַצעלס האָט עס, אין דער אמתן, נישט געשריבן, אָבער אַזאַ פּירוש פֿון זײַנע נבֿואות איז פּאָפּולער אויף די עקסטרעם־נאַציאָנאַליסטישע רוסישע וועבזײַטן.
ווײַטער גיט צו דער דערמאָנטער מומחה אַן אָריגינעלן פּירוש אויף די ווערק פֿון מאַווראָ אָרביני, אַ קראָאַטישער היסטאָריקער פֿונעם 16טן יאָרהונדערט. לויט אים, האָט מיט טויזנטער יאָר צוריק אויף דער וועלט געוועלטיקט די „גרויסע אַריאַנער, רוסיש־סלאַווישע אימפּעריע‟. די אַנדערע מענטשן האָבן דעמאָלט באַטראַכט די רוסן ווי „ווײַסע געטער‟. מיט 12 טויזנט יאָר צוריק איז אָבער געפֿאַלן אַ ריזיקער מעטעאָריט, צוליב וועלכן דער ערד־אַקס האָט זיך אויסגעדרייט און דאָס רוסיש־אַריאַנער פֿאָלק האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, גרינדענדיק אויפֿן וועג נײַע פֿעלקער און קולטורן. אַזעלכע ווערטער, ווי ירושלים, ישׂראל און תּורה האָבן צו טאָן מיט די אוראַלטע אַריער־רוסן, ווײַל זיי אַלע אַנטהאַלטן דעם אות „ריש‟.
יאַנושעווסקי דערקלערט נישט גענוי, וואָס פֿאַר אַ שײַכות דאָס האָט צו ייִדיש. אויף וויפֿל מע קאָן פֿאַרשטיין, טראַכט ער, אַז ווי באַלד אַלץ אין דער וועלט שטאַמט פֿון די מעכטיקע רוסישע אַריאַנער, באַקאַנט אויך ווי די היפּערבאָרעער, קאָנען ייִדיש און לשון־קודש אויך שטאַמען פֿונעם זעלבן אַריאַנער שורש.
דער צווייטער מומחה, יורי יוריעוו, וועלכער האָט זיך געגעבן דעם נאָמען „פּאָליטקאָנסטרוקטאָר‟, האָט באַמערקט, אַז לויט די סאָוועטישע מאַפּעס פֿונעם יאָר 1925, האָבן די ייִדן באַטראָפֿן אַ גרויסן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג אין אוקראַיִנע. פֿאַרוואָס איז אַזוי געשען, אַז הײַנט וווינען אין אוקראַיִנע ווייניק ייִדן? אַ סבֿרא, אַז זיי האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין אוקראַיִנער. ממילא, קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן, אַז די סלאַוון זענען אַמאָל געוואָרן ייִדן און געשאַפֿן ייִדיש. ס׳זעט אויס, אַז וועגן דעם ייִדישן חורבן ווייסט דער דאָזיקער מומחה אינגאַנצן נישט — אָדער, נאָך ערגער, וויל נישט וויסן.
ניקאָלײַ שעליאַגאָוויטש, וועלכער האָט דורכגעפֿירט דעם שמועס מיט די צוויי „גרויסע חכמים‟, וווינט אין ווײַסרוסלאַנד און גלייבט, אַז פּאָלעסיע — אַ היסטאָרישע געגנט, וואָס נעמט אַרײַן אַ טייל פֿון ווײַסרוסלאַנד, אוקראַיִנע, פּוילן און רוסלאַנד — מוז דערקלערן אַ נאַציאָנאַל־קולטורעלע אויטאָנאָמיע. שעליאַגאָוויטש האַלט, אַז די תּושבֿים פֿונעם דאָזיקן ראַיאָן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדער פֿאָלק, וועלכער האָט מיט הונדערטער יאָר צוריק געשאַפֿן דעם יאָדער פֿון דער רוסישער אימפּעריע.
ס׳איז כדאַי צוגעגעבן, אַז שעליאַגאָוויטש באַציט זיך צו ייִדיש און ייִדישקייט גאַנץ פּאָזיטיוו און באַטראַכט די אַשכּנזישע ייִדן ווי אַ נאַטירלעכן טייל פֿון דער סלאַווישער קולטור־סבֿיבֿה, ווי מע זעט עס פֿון זײַנע אייגענע אַרטיקלען. אַדרבה, וועגן זײַן באַליבטן קאַנט פּאָלעסיע און וועגן דעם אָרטיקן דיאַלעקט פֿון ווײַסרוסיש טראַכט ער אויס אויך גאַנץ ווילדע טעאָריעס.
זאָלן אונדזערע לייענער נישט מיינען, אַז אַזעלכע אויסטערלישע געדאַנקען וועגן ייִדיש קאָן מען טרעפֿן בלויז אין רוסלאַנד. אינעם יאָר 1996 האָט מען אויף דער באַקאַנטער ייִדישיסטישער בליץ־ליסטע „מענדעלע‟ באַטראַכט אַ טעאָריע, לויט וועלכער ייִדיש שטאַמט פֿון באַסקיש. מע האָט עס דעמאָלט אויסגעלאַכט און פֿאַרגעסן דערפֿון. עדאָ נילאַנד, דער מחבר פֿון דער דאָזיקער טעאָריע, האָט אינעם יאָר 2001 פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן בוך „לינגוויסטישע אַרכעאָלאָגיע: אַן אַרײַנפֿיר‟, וווּ ער דערקלערט, אַז אַלע שפּראַכן אין דער וועלט שטאַמען פֿון באַסקיש. אַזוי ווי עספּעראַנטאָ, זענען זיי אַלע לשונות, לויט זײַן טעאָריע, קינסטלעך געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון באַקסישע ווערטער און ראָשי־תּיבֿות.
אַ גרויסער טייל פֿון נילאַנדס בוך איז געווידמעט ייִדיש. הגם אַ טייל פֿון די דערמאָנטע ווערטער זענען גענומען פֿונעם מאָדערנעם העברעיִש, מאַכט עס נישט אויס, ווײַל העברעיִש שטאַמט, לויט זײַן שיטה, אויך פֿון באַסקיש. למשל, דאָס וואָרט „משוגע‟ (אינעם בוך שטייט געשריבן „meshogge‟) איז ראָשי־תּיבֿות פֿון אַ גאַנצער באַסקישער פֿראַזע, וואָס מיינט „צו זײַן אין בעט מיט אַן עקזאָטישער פֿרוי‟. „חילול־השם‟ איז דער טײַטש, במחילה, „אַ האָריקע מוטערשייד פֿון אַ מכשפֿה — אַ פֿאַרשעמטע זונה‟; „הבֿדלה‟ — „ס׳איז בעסער נישט צו שיכּורן צופֿיל‟; „חבֿרה‟ — „צו רייכערן פּאַמעלעך‟; „כּל־זמר‟ — „אַ גרויסע שׂימחה פֿאַר אַ יונגער פֿרוי, וואָס האָט נאָר־וואָס געהאַט אַ קינד‟. די טיפֿקייט פֿון לינגוויסטישע ידיעות אינעם בוך ווערט דעמאָנסטרירט מיט אַזעלכע אומבאַקאַנטע „ייִדישע‟ ווערטער, ווי „cockamamy‟.
נילאַנדס כּלומרשט באַסקישע פּירושים רופֿן אַרויס בײַ אַ צאָל אַנדערע מחברים נישט בלויז סעקסועלע פֿאַנטאַזיעס, נאָר טיפֿע געדאַנקען וועגן דער מענטשלעכער געשיכטע. דזשודי קענעדי דערציילט אין איר בוך וועגן דער „קאָסמישער פֿאַרבינדונג‟, אויפֿן סמך פֿון נילאַנדס טעאָריע, אַז מענטשן מיטן נעגאַטיוון רעזוס־פֿאַקטאָר פֿונעם בלוט שטאַמען פֿון פֿרעמדפּלאַנעטישע שלאַנגען, וועלכע האָבן אַמאָל באַזוכט אונדזער פּלאַנעט, און זענען אויך פֿאַרבונדן מיט אַנטלאַנטידע (Atlantis). ווי אַ מענטש מיטן דערמאָנטן מין בלוט, בין איך געהאַט גרויס הנאָה געווויר צו ווערן, אַז עדאָ נילאַמדס טעאָריע וואַרפֿן אַ שײַן אויף מײַנע משפּחה־פֿאַרבינדונגען מיט די פּילאָטן פֿון „פֿליִענדיקע טעלערס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.