אויף דער וועבזײַט „קרעגסליסט‟ האָט זיך די וואָך באַוויזן אַזאַ מעלדונג:
„מיר, אַ ייִדישע משפּחה, האָבן ערשט געהאַט אונדזער נײַנט מיידעלע. מיר זענען גרייט צו פֿאַרקויפֿן אַ פֿרעמדן די געלעגנהייט צו געבן אונדזער טאָכטער אַ נאָמען. דאָס איז אַן אויסערגעוויינטלעכע געלעגנהייט פֿאַר עמעצן, וועלכע האָט קיין מאָל נישט געהאַט קיין אייגענע קינדער, אָדער אָפּצוגעבן כּבֿוד אַ פֿאַרשטאָרבענעם קרובֿ, אָדער אַפֿילו לזכּרון אַ מענטש, וואָס איז אומגעקומען אינעם חורבן.‟
נאָך דעם ווי די ייִט״אַ האָט זיך פֿאַרבונדן מיטן שרײַבער פֿון דער מעלדונג, בעטנדיק אַ באַשטעטיקונג פֿונעם קינדס געבורט, האָט דער טאַטע צוגעשיקט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון איר שפּיטאָל־בראַסלעט, דאַטירט דעם 22סטן יאַנואַר 2014.
דער טאַטע האָט דערציילט דער ייִט״אַ, אַז ער און זײַן פֿרוי האָבן שוין אַכט טעכטער, און האָבן שוין מער נישט קיין פֿרויען־נעמען צו געבן דער נײַנטער. „מיר נייטיקן זיך אין געלט סײַ־ווי־סײַ, האָב איך געפֿרעגט מײַן פֿרוי, צי זי איז מסכּים, אַז איך זאָל לאָזן אַ פֿרעמדן געבן דעם קינד אַ נאָמען. כ׳בין געווען זיכער, אַז זי וועט זאָגן ניין, אָבער זי האָט געענטפֿערט: ׳פֿאַר וואָס נישט?׳‟
„מיר דאַרפֿן עס אָבער טאָן וואָס גיכער, ווײַל מיר ווילן איר געבן אַ נאָמען אין שיל דעם שבת,‟ האָט ער צוגעגעבן.
דער טאַטע, אַ לערער אין לייקוווּד, האָט צוגעזאָגט, אַז די משפּחה וועט פֿאַררעכענען דעם נאָמען־געבער ווי אַן אייגענעם, און וועט זיך האַלטן אין פֿאַרבינדונג מיט אים אָדער איר — שיקן פֿאַרבעטונגען צו איר בת־מיצווה, חתונה און להבֿדיל, זאָגן קדיש נאָך אים.
אויף דער פֿראַגע, ווי וועט ער אויסגעבן די $20,000, האָט ער געענטפֿערט: „מיר וועלן עס ניצן פֿאַר איר שׂכר־לימוד, און אויך פֿאַר דירה־געלט.‟
דער טאַטע האָט אָבער געבעטן דער ייִט״אַ נישט צו פּובליקירן זײַן נאָמען. „דעם אמת געזאָגט, שעם איך זיך אַ ביסל וועגן דעם,‟ האָט ער געזאָגט.
איז דאָ אַ נאָמען, וואָס ער וואָלט זיך אַנקעגנגעשטעלט? „יאָ, מיר זענען ספֿרדים, וואָלט איך גיכער נישט געוואָלט קיין נאָמען ווי חיה־שפּרינצע,‟ האָט ער געזאָגט. מיט אַ שמייכל האָט ער צוגעגעבן: „אָבער אפֿשר פֿאַרן ריכטיקן פּרײַז, וועל איך עס איבערקלערן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.