אַז מען ווערט אַ ביסל עלטער און מען שטייט שוין מיט איין פֿוס אין קבֿר, איז אַ פֿרישער געבורטסטאָג ניט אַלע מאָל דווקא אַ „פֿריילעכער‟. מען גיט זיך אָפּ אַ חשבון־הנפֿש און מען טראַכט וועגן די אַלע דורכפֿאַלן און פֿאַרפֿעלטע געלעגנהייטן פֿונעם אייגענעם לעבן. די רעדער דרייען זיך, די יאָרן גייען זיך, און וואָס האָט מען שוין אויפֿגעטאָן אין משך פֿון דער צײַט? אוי, ווען מע וואָלט נאָר געקענט אַלץ אָנהייבן פֿון דאָס נײַ!
אין אַזאַ שטימונג איז מסתּמא בעסער ניט צו פּראַווען דעם אייגענעם געבורטסטאָג. דעם פֿאַקט האָבן אפֿשר אײַנגעזען די אַלע פֿרומע ייִדן, וואָס פּראַווען ניט קיין געבורטסטעג בכלל. בײַ זיי איז דאָס אַ גוייִשער מינהג, און זיי ברענגען אַפֿילו ראַיות פֿון דער תּורה, וווּ דער ענין געבורטסטאָג ווערט דערמאָנט נאָר אין שײַכות מיט פּרעה. יהואָש פֿאַרטײַטשט דעם פּסוק (בראשית מ כ): „און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג, אין פּרעהס געבורטסטאָג, האָט ער געמאַכט אַ מאָלצײַט פֿאַר אַלע זײַנע קנעכט, און האָט אויפֿגענומען דעם קאָפּ פֿון דעם אויבער־טראַנקמײַסטער, און דעם קאָפּ פֿון דעם אויבער־בעקער, צווישן זײַנע קנעכט‟. אינעם גאַנצן תּנ”ך זעט מען ניט קיין איין ייִד, וואָס זאָל פּראַווען אַן אייגענעם געבורטסטאָג, איז קלאָר פֿאַר ס’רובֿ פֿרומע ייִדן, אַז דאָס איז אַ גוייִשע זאַך.
נאָר פֿון דעסטוועגן, ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך. דאָס פּראַווען דעם געבורטסטאָג איז אַזאַ פֿעסטער און באַליבטער טייל פֿון דער אַרומיקער קולטור, אַז בלית־ברירה האָבן די ייִדן אים אויך איבערגענומען פֿאַר זיך. ספּעציעל דער אַמעריקאַנער נוסח פֿון דער געבורטסטאָג־שׂימחה, מיט אַ קוכן און ליכטעלעך, וואָס דאָס קינד דאַרף אויסלעשן מיט איין בלאָז, און מיט אַ ספּעציעלן געבורטסטאָג־ליד — איז געוואָרן באַליבט איבער דער גאַנצער וועלט. דאָס אַמעריקאַנער געבורטסטאָג־ליד „Happy Birthday to You‟ איז הײַנט דאָס סאַמע באַקאַנטסטע ליד אויף דער וועלט, סײַ אינעם אָריגינעלן ענגלישן נוסח, סײַ איבערגעזעצט אויף כּל־מיני קליינע לשונות. עס טרעפֿט זיך, אַז אַפֿילו מענטשן פֿון ווײַטע קולטורן, וואָס קענען ניט קיין ענגליש, קענען פֿאָרט זינגען „אַ פֿריילעכן געבורטסטאָג‟ אויף ענגליש.
ס’איז טשיקאַווע צו וויסן, אַז דאָס איז ניט קיין פֿאָלקסליד פֿון פֿאַרצײַטנס, נאָר אַ מאָדערנער ניגון, אָנגעשריבן אין אַמעריקע. דער טעקסט מיט דער מוזיק איז צום ערשטן מאָל דערשינען אין 1912, און — איר וועט מיר גלייבן אָדער ניין — דאָס דרוקרעכט פֿונעם ליד ליגט נאָך אַלץ אין די הענט פֿון דער מוזיק־פֿירמע „וואָרנער/טשאַפּעל‟. זיי האָבן עס געקויפֿט אין 1988 און זיי טענהן, אַז ביזן יאָר 2030 געהערט עס צו זיי. יעדעס מאָל וואָס מע זינגט „אַ פֿריילעכן געבורטסטאָג‟ בײַ אַן עפֿנטלעכער פֿאָרשטעלונג, וואָלט מען טעאָרעטיש געדאַרפֿט זיי צאָלן טאַנטיעם (royalties).
פֿאַקטיש זינגט מען דאָס ליד אַזוי אָפֿט, אַז אַ מאָל ווילט זיך פֿאַרשטאָפּן די אויערן, מע זאָל ניט דאַרפֿן הערן די זעלבע מעלאָדיע. צום גליק, איז דאָס ייִדישע געבורטסטאָג־ליד אַן אַנדערס, אַן עלטער ליד, געשריבן פֿונעם טאַטן פֿון ייִדישן טעאַטער, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען: „צו דײַן געבורטסטאָג‟.
הלוואַי וואָלט אונדזער ליד געווען בעסער באַקאַנט, וואָלט די שׂימחה געווען גרויס בײַ אַ סך עלטערן ניט צו הערן דאָס ענגלישע ליד.
דער באַקאַנטער ייִדישיסט יאַנקל־פּרץ בלום — וואָס איז צופֿעליק מײַנער אַ גוטער־פֿרײַנד און וווינט מיט מיר אין איין דירה — האָט לעצטנס געמאַכט אַ שטיקל אויספֿאָרשונג, צי די הײַנטיקע חסידים פּראַווען אויך געבורטסטעג.
די חסידים האָבן געענטפֿערט אויף זײַן אַנקעטע און אים געטרייסט, אַז אַפֿילו בײַ זיי ווערט הײַנט אַ ביסל מער אָנגענומען צו פּראַווען געבורטסטעג, כאָטש ניט אויפֿן גוייִשן שטייגער מיט אַלע פּיטשעווקעס. ר’ וועלוול האָט געמאָלדן, אַז הײַנטיקע טאַטע־מאַמעס וועלן אפֿשר קויפֿן דעם קינד אַ מתּנה און מאַכן פֿאַר אים אַ „שטיקל חגיגה‟. ר’ יואל זאָגט, אַז בײַם ייִנגערן דור מאַכט מען אָפֿט „סורפּריז‟־שׂמחות און מע מאַכט זיך פֿריילעך ביז מען עפֿנט אויף די מתּנות אָדער מען עסט אײַזקרעם.
אָבער בײַם עלטערן דור חסידים פּראַוועט מען בפֿירוש ניט קיין געבורטסטאָג. „מיר ווייסן, אַז ‚טובֿ לאדם שלא נברא‘ [בעסער ווען דער מענטש וואָלט ניט געבוירן געוואָרן], ממילא וואָס איז די שׂימחה?‟ שרײַבט וועלוול. ר’ יאָסי גיט צו: „אין דער חסידישער וועלט הייבט מען אָן צו פֿײַערן אַ יאָר נאָך דעם ווי דער מענטש איז שוין צוגעדעקט‟ — מיטן יאָרצײַט, הייסט עס.
אָבער אין דער אַלטער היים האָבן געוויסע הויפֿן יאָ געפּראַוועט געבורטסטעג, למשל, בײַ חב”ד און בײַ די רוזשינער חסידים. בײַ חב”ד איז עס געוואָרן אַ „הייליקער עסק‟ צו פּראַווען דעם געבורטסטאָג פֿון די רביים, און אין חב”דסקער משפּחות בכלל איז דער געבורטסטאָג נאָך זייער וויכטיק. אַ טייל מענטשן ווילן דאָס צורעכענען צו דעם, וואָס חב”ד איז מער מאָדערן און מער אַמעריקאַניזירט ווי די אַנדערע חסידים, אָבער פֿאַקטיש האָט דער ליובאַוויטשער רבי אַליין גערעדט וועגן דעם ענין און געהאַלטן פֿון אים.
ר’ וועלוול געדענקט, אַז קינדווײַז איז געווען אַ מינהג פֿון „אויסציִען די אויערן‟. מען האָט געגעבן דעם אויער אַ צי אַזוי פֿיל מאָל וויפֿל יאָר דאָס קינד ווערט אַלט, און נאָך איין איבעריק מאָל — אויף להבא. „אַ טייל זאָגן זייערע קינדער, אַז מען ציט נישט, וואַקסן ניט די אויערן‟. דער דאָזיקער ריטואַל קלינגט אַ ביסל ווי דער אַמעריקאַנער מינהג פֿון געבן אַ קינד קלעפּ אין דער פּלייצע, אַזוי פֿיל קלעפּ וויפֿל יאָר עס איז אַלט געוואָרן. עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו וויסן, צי די חסידים האָבן איבערגענומען דאָס „אויסציִען די אויערן‟ בײַ די קריסטן אין דער אַלטער היים, צי זיי האָבן גאָר געשאַפֿן אַן אייגענעם מינהג פֿאַר זיך. דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟, באָריס סאַנדלער, געדענקט נאָך דעם זעלביקן מינהג בײַ זײַנע באָבע־זיידע אין בעסאַראַביע. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז מע דאַרף ניט באַטראַכטן דעם געבורטסטאָג נאָר פֿאַר אַ גוייִשער זאַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.