אויסטראַלישע ליבעראַלע און לייבאָר־פּאָליטיקער האָבן זיך באַקלאָגט אויפֿן באַשלוס פֿון „יונעסקאָ‟ נישט צו דערעפֿענען אַן אויסשטעלונג וועגן פֿאַרבינדונגען צווישן דעם ייִדישן פֿאָלק און ארץ־ישׂראל געציילטע טעג איידער די אויסשטעלונג האָט זיך געדאַרפֿט עפֿענען אין פּאַריז. דער באַשלוס איז געווען אַ רעאַקציע אויף אַ בריוו פֿון אַן אַראַבישן דעלעגאַט צו „יונעסקאָ‟, וואָס האָט אויסגעדריקט די מיינונג, אַז די אויסשטעלונג וואָלט געקענט צעשטערן דעם שלום־פּראָצעס אין מיטעלן מיזרח.
פּאָליטיקער פֿון אַמעריקע, קאַנאַדע און מדינת־ישׂראל האָבן זיך אויך באַקלאָגט אויפֿן באַשלוס. „יונעסקאָ‟ האָט רעאַגירט אויף די פּראָטעסטן, זאָגנדיק, אַז זי וועט אפֿשר ווײַזן די אויסשטעלונג, וואָס גרייט זיך שוין צוויי יאָר, אין חודש יוני. די אויסשטעלונג איז צוגעגרייט געוואָרן דורכן „שמעון וויזענטאַל־צענטער‟. דער אויסטראַלישער בני־ברית האָט זיך אויך באַקלאָגט אויפֿן באַשלוס נישט צו דערעפֿענען די אויסשטעלונג אינעם פּאַריזער לאָקאַל פֿון „יונעסקאָ‟.
העכער 600 יונגע ייִדישע ספּאָרטלער פֿון אויסטראַליע און נײַ-זילאַנד האָבן אָנטיילגענומען אינעם יוגנטלעכן „מכּבי‟ ספּאָרט-קאַרנאַוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט פֿערט. דער איבעראַיאָריקער „מכּבי‟ ספּאָרט-קאַרנאַוואַל וועט פֿאַרקומען אין מעלבורן.
פֿאָרשטייער פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אויסטראַליע און פֿונעם עקזעקוטיוו-ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום האָבן געלויבט אויסטראַליעס ליבעראַלן אויסערן-מיניסטער, דזשולי בישאָפּ, וואָס האָט געזאָגט אין אַן אינטערוויו מיטן „טײַמס אָף איזראַעל‟, אַז די ייִדישע קאָלאָניעס אויפֿן מערבֿ־ברעג און אין מיזרח-ירושלים זײַנען נישט אומלעגאַל לויטן אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ.
די נײַע ליבעראַלע רעגירונג פֿון אויסטראַליע האָט באַשלאָסן נישט צו שטימען אין די וואַלן וועגן די קאָלאָניעס, וועלכע קומען פֿאָר יעדעס יאָר בײַ די פֿאַראייניקטע פֿעלקער. דער געוועזענער לייבאָר אויסערן-מיניסטער האָט געטענהט, אַז בישאָפּ פֿאַרשטייט זיך נישט אײַן אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ. פֿאָרשטייער פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ האָבן זיך באַקלאָגט אויף בישאָפּס צוגאַנג צו די ייִדישע קאָלאָניעס.
דער געוועזענער לייבאָר פּרעמיער-מיניסטער דזשוליאָ גילאַרד האָט געזאָגט אַן אַראַבישן עולם אין אַבו דאַבי, אַז דער שליסל צו שלום אין מיטעלן מיזרח איז, אַז די פּאַלעסטינער זאָלן אָנערקענען מדינת־ישׂראל ווי די ייִדישע מדינה. פֿאָרשטייערס פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אויסטראַליע, פֿונעם עקזעקוטיוו-ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום און דעם ראַט פֿון אויסטראַליע־ישׂראל און ייִדישע ענינים האָבן געלויבט גילאַרדס באַמערקונגען.
פּלענער פֿאַרן חורבן־אָנדענק דעם 27סטן יאַנואַר
דער ייִדישער חורבן־צענטער אין מעלבורן גרייט זיך אויף אַן אַזכּרה, וואָס קומט פֿאָר מאָנטיק, דעם 27סטן יאַנואַר, 69 יאָר נאָך דעם ווי די רויטע אַרמיי האָט באַפֿרײַט אוישוויץ. צווישן די רעדנער וועלן זײַן קריסטאָפֿער וווּדטראָפּ, דער געגנט־פֿאָרשטייער פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער, און אַבערט רוזיגאַנגדעקווע, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם גענאָציד אין רואַנדע, און וואָס וווינט איצט אין טאַסמאַניע.
אַ נײַע קאָמיסיע, וואָס באַשטייט פֿון מיטגלידער פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער אָנפֿירערשאַפֿט און פֿון אָרטאָדאָקסישע רבנים, וועט באַטראַכטן אַלע אַספּעקטן פֿון כּשרות אין ניו־סאַוט וויילס און איר הויפּטשטאָט, סידנעי. זי וועט אויספֿאָרשן סטרוקטורן, פּרײַזן, משגיחים, און אַנדערע פּרטים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.