מאָנטיק, דעם 27סטן יאַנואַר, האָבן צענדליקער געזעצגעבער פֿון ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אייראָפּעיִשע לענדער זיך פֿאַרזאַמלט אינעם געוועזענעם טויט־לאַגער אוישוויץ־בירקענאַו, כּדי אָפּצומערקן דעם 69סטן יאָרטאָג זינט די אַסירים פֿונעם לאַגער זענען באַפֿרײַט. אינעם יאָר 2005, האָט די „יו־ען‟ דערקלערט די דאָזיקע דאַטע ווי „דער אינטערנאַציאָנאַל טאָג צו געדענקען דעם חורבן‟. אין דער אוניקאַל גרויסער דעלעגאַנציע פֿון אויסלענדישע פּאַרלאַמענט־מיטגלידער האָבן זיך באַטייליקט 58 דעפּוטאַטן פֿון דער כּנסת — כּמעט אַ העלפֿט פֿונעם ישׂראלדיקן פּאַרלאַמענט. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן איבערגעגעבן, אַז צום ערשטן מאָל האָט אַזאַ גרויסע גרופּע פֿון ישׂראלדיקע פּאַרלאַמענט־מיטגלידער באַזוכט אוישוויץ.
אַ צאָל חבֿרי־כּנסת האָט מתפּלל געווען, בראָש מיט דוד לאַו, דער ישׂראלדיקער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ, לעבן דעם טרויעריק באַרימטן טויער מיט דער אויפֿשריפֿט „אַרבעט מאַכט פֿרײַ‟.
מיט דער אַמעריקאַנער דעלעגעאַציע האָט אָנגעפֿירט דער רעפּובליקאַנער סענאַטאָר עריק קאַנטאָר פֿונעם שטאַט ווירדזשיניע, וועלכער איז אָנגעקומען קיין פּוילן צוזאַמען מיט דאַרעל איסאַ, אַ רעפּובליקאַנער סענאַטאָר פֿון קאַליפֿאָרניע, און קעראָלין מאָלאָני, אַ דעמאָקראַטישע סענאַטאָרין פֿון ניו־יאָרק. אַחוץ די ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער געזעצגעבער, האָבן זיך אין דער דעלעגאַציע באַטייליקט 23 דעפּוטאַטן פֿון 10 אייראָפּעיִשע לענדער.
די כּנסת־דעפּוטאַטן האָבן זיך אָנטיילגענומען אין אַ צערעמאָניאַלער צווישן־פּאַרלאַמענטאַרער סעסיע פֿונעם פּוילישן סיים אין קראָקע. דזשאָני דעניעלס, דער ישׂראלדיקער איניציאַטאָר פֿון דער אונטערנעמונג, איז אַ 28־יאָריקער יונגערמאַן פֿון ענגלאַנד, וועלכער האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל מיט 10 יאָר צוריק. דעניעלס האָט צוגעגעבן, אַז כּל־זמן אין דער וועלט זענען נאָך געבליבן לעבעדיקע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, איז וויכטיק אויסהערן זייערע קולות בפֿרהסיה. אויף דער אונטערנעמונג זענען געקומען 24 ניצול־געוואָרענע פֿונעם חורבן.
דער ישׂראלדיקער וויצע־שוץ־מיניסטער, דני דנון, האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז די באַגעגעניש מיט די פּוילישע און אַנדערע אייראָפּעיִשע דעפּוטאַטן, גיט אַ זעלטענעם שאַנס צו באַטראַכטן די פּראָבלעם פֿונעם שטײַגנדיקן אייראָפּעיִשן אַנטיסעמיטיזם, וועלכער האָט זיך לעצטנס אַנטפּלעקט אין אַזעלכע אינצידענטן, ווי גאַס־אַטאַקן אין קיִעוו און פֿאַרשוועכונג פֿון אַ שיל אין רוים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.