Kapuzenmode mit Davidshtern — וואָס מיינט דאָס? דודס שטערן איז, ווי אַלע ווייסן עס, אונדזער מגן־דוד. בלײַבט נאָר צו דערקלערן, וואָס איז אַזוינס „קאַפּוצן‟. קאַפּוצן זענען היטלעך, צוגענייט צום העמד. קאַפּישאָן איז אַזאַ מין צוגענייט היטל אויף פֿראַנצויזיש, און אויף ייִדיש מסתּמא אויך. ווי באַקאַנט, זענען דאָ מאָנאַכן, וואָס הייסן קאַפּוצינער, צוליב די קאַפֿטאַנען מיט די צוגענייטע היטלעך־קאַפּישאָנען וואָס זיי טראָגן. אַנטאָנינאַ סאַמעצקאַ, אַ יונגע ייִדישע־פּוילישע מאָדע־דיזײַנערין דערציילט, אַז זי האָט תּמיד ליב געהאַט דאָס באַקוועמע קאַפּישאָן-העמדל. מיט אַמאָל איז איר אײַנגעפֿאַלן צו שאַפֿן אַ נײַע מאָדע — אַ סינטעז פֿון דעם ספּאָרט־אָנטועכץ מיט אַן עלעגאַנטן שניט. געטראַכט און געטאָן. סאַמעצקאַ מיט איר חבֿרטע קלאַראַ קאַווטאָן האָבן געשאַפֿן נײַע קליידער, פֿון קאָקטייל־קליידער ביז כּלה־קליידער, וואָס זענען אַלע אַ סינטעז פֿון ספּאָרט און עלעגאַנץ.
סאַמעצקאַ האָט אַ נײַעם צוגאַנג צו פּוילן בכלל און צו אונדז, פּוילישע ייִדן בפֿרט. פּוילן איז אפֿשר גרוי, זאָגט זי, אָבער גרוי — איז שיין. מיט ייִדן אין פּוילן, זאָגט זי, איז אַזוי ווי מיטן „סאָהאָ‟־קוואַרטל אין ניו-יאָרק. אַמאָל האָט מען מורא געהאַט צו גיין דאָרטן שפּאַצירן. הײַנט ווילן אַלע קויפֿן דאָרט אַ דירה. ס’איז די זעלבע זאַך מיט די ייִדן אין פּוילן. „אַ מאָל האָט מען זיי פֿײַנט געהאַט. הײַנט ווילן אַלע ווערן ייִדן. ס’איז ממש קאָמיש,‟ זאָגט סאַמעצקאַ.
סאַמעצקאַ נוצט אויס ייִדישע סימבאָלן אין איר שאַפֿונג. איבערהויפּט דעם מגן־דוד. זי האָט אויך קליידער מיט אויפֿשריפֿטן אין העברעיִש און ענגליש, ווי למשל: OY OY MY BOY IS A GOY „צו האָבן חתונה מיט אַ גוי איז אַ פּראָבלעם‟, זאָגט זי, „אָבער נישט אַזאַ גרויסע פּראָבלעם, ווײַל ווי מיר אַלע ווייסן, פֿון אַ ייִדישער מאַמע און אַ נישט־ייִדישן טאַטן קומט אַרויס אַ ייִדיש קינד.‟
דער אוישוויץ־מוזיי וויל דערגיין צו מענטשן, וואָס ווייסן נישט וועגן דעם חורבן, אָדער ווילן נישט וויסן וועגן דעם. דער וואָרטזאָגער פֿון מוזיי האָט געזאָגט אין אַן אינטערוויו מיט AGENCE FRANCE PRESS, אַז צווישן די טויזנטער וואָס באַזוכן דעם מוזיי טאָג־טעגלעך, זעט מען כּמעט נישט קיין אַראַבער אָדער פּערסן. דווקא בײַ זיי איז דאָס אומוויסן וועגן דעם חורבן גרויס, האָט ער צוגעגעבן. מאָנטיק, דעם 27סטן יאַנואַר, אינעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג, האָט דער מוזיי פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַע וועבזײַט אין פּערסיש און אַראַביש.
אין יאָר 2013 האָבן 1,330,000 מענטשן באַזוכט דעם מוזיי. פֿון וואַנעט זענען זיי געקומען? ראשית־כּל, פֿון פּוילן (336,000 באַזוכערס), גרויס בריטאַניע (178,000 באַזוכערס), אַמעריקע (101,000 באַזוכערס), איטאַליע (71,000 באַזוכערס), דײַטשלאַנד (69,000 באַזוכערס), ישׂראל (57,000 באַזוכערס), שפּאַניע (52,000 באַזוכערס), פֿראַנקרײַך (45,000 באַזוכערס), דרום־קאָרעע (45,000 באַזוכערס) און די טשעכישע רעפּובליק (41,000 באַזוכערס).
הײַיאָר האָבן מער יחידים באַזוכט דעם מוזיי, דאָס הייסט, אינדיווידועלע טוריסטן, וואָס זענען נישט אַ טייל פֿון אַ דעלעגאַציע. 345,000 אינדיווידועלע טוריסטן האָבן באַזוכט אין יאָר 2013 מיט 32 פּראָצענט מער, ווי מיט אַ יאָר פֿריִער. די צאָל באַזוכער פֿון אירלאַנד האָט זיך מער ווי פֿאַרטאָפּלט אין יאָר 2013.
אין אוישוויץ-בירקענאַו זענען דערמאָרדעט געוואָרן מער ווי אַ מיליאָן מענטשן. 90 פּראָצענט פֿון זיי זענען געווען ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.