מיט 210 יאָר צוריק, איז אינעם באַקאַנטן אוקראַיִנישן שטעטל אַלט־קאָנסטאַנטין געבוירן געוואָרן אַ ייִד מיטן נאָמען ישׂראל בלאַנק. זײַענדיק אַ ייִנגל, האָט ער באַשלאָסן זיך צו שמדן, צוזאַמען מיט זײַן ברודער, כּדי צו באַקומען די פֿולע בירגערלעכע רעכט אין דער אַנטיסעמיטישער רוסישער אימפּעריע, און אָנגענומען דעם קריסטלעכן נאָמען אַלעקסאַנדר. דאָס האָט געגעבן בלאַנקן אַ מעגלעכקייט צו באַקומען אַ מעדיצינישן דיפּלאָם. בײַ 20 יאָר איז ער שוין געוואָרן אַ פֿרויען־דאָקטער און אַ כירורג. אינעם יאָר 1837, האָט ער אויסגעהיילט פֿון אַ סכּנותדיקער מחלה דעם נאַציאָנאַלן אוקראַיִנישן פּאָעט טאַראַס שעווטשענקאָ. שפּעטער, האָט ער געקויפֿט אַ דאָרף מיט 39 פּויערים אין טאַטאַרסטאַן און געוואָרן אַ פּריץ. זײַן ערשטע פֿרוי, אַנאַ גראָסשאָפּף, האָט געשטאַמט פֿון די דײַטשן און שוועדן.
די דאָזיקע מעשׂה וואָלט געווען אינטערעסאַנט בלויז פֿאַר אַ קליינער צאָל היסטאָריקער, ווען נישט איין אָבער… בלאַנקס אייניקל, וולאַדימיר אוליאַנאָוו — באַקאַנט אין דער וועלט מיט זײַן פּסעוודאָנים וולאַדימיר לענין — האָט אָבער געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע אין דער רוסישער אָקטאָבער־רעוואָלוציע און, ווי אַ רעזולטאַט, אין דער אַנטוויקלונג פֿון פֿאַקטיש אַלע הײַנטיקער סאָציאַליסטישע און קאָמוניסטישע באַוועגונגען. נישט אַלע היסטאָריקער גלייבן, אַז אַלעקסאַנדר בלאַנק איז געווען אַ ייִד; אַ טייל האַלטן, אַז ער איז געווען אַ דײַטש אָדער אַן אוקראַיִנער, און אַז די דערמאָנטע מעשׂה איז בלויז אַן אויסטראַכטעניש.
לענין איז געשטאָרבן דעם 21סטן יאַנואַר 1924, מיט 90 יאָר צוריק. אַ סך מענטשן אין די קאָמוניסטישע קרײַזן האָבן מיט אַ וואָך צוריק אָפּגעמערקט זײַן יאָרצײַט. אין אוקראַיִנע האָט מען הײַיאָר אויך דערמאָנט לענינען, אָבער גאָר אויף אַן אַנדער אופֿן — צעשעדיקנדיק זײַנע דענקמעלער איבערן לאַנד. דעם 8טן דעצעמבער האָט מען צעשטערט אַ גרויסע סטאַטוע פֿון לענין אינעם צענטער פֿון קיִעוו. נאָכן דאָזיקן אינצידענט זענען ענלעכע מעשׂיות געשען אין אַ גאַנצער ריי אַנדערע אוקראַיִנישע שטעט און דערפֿער.
די נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיי „פֿרײַהייט‟ האָט אָנגענומען דאָס אַחריות פֿאַרן צעשטערן דעם היסטאָרישן קיִעווער מאָנומענט. אויפֿן אָרט, וווּ די סטאַטוע איז געשטאַנען, האָבן די נאַציאָנאַליסטן אויפֿגעשטעלט אַ פֿאָן פֿון דער „אוקראַיִנישער אויפֿשטענדלערישער אַרמיי‟ — די באַוואָפֿנטע נאַציאָנאַליסטישע אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט אַקטיוו קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. הגם די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע איז געווען באַקאַנט מיט איר ווילדן אַנטיסעמיטיזם און אַ שײַכות צום ייִדישן חורבן, האָט זי זיך צום מערסטן „אויסגעצייכנט‟ מיט דער אַכזריותדיקער מאַסן־שחיטה פֿון הונדערטער טויזנט פּאָליאַקן.
די נאַציאָנאַליסטישע און בפֿירוש פֿאַשיסטישע עלעמענטן זענען זייער אַקטיוו אין די הײַנטיקע אוקראַיִנישע אומרוען. עס וואָלט אָבער געווען אַ גוזמא צו זאָגן, אַז די פּראָטעסטן לטובֿת ענגערע באַציִונגען צווישן אוקראַיִנע און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, טראָגן אַ נאַציאָנאַליסטישן כאַראַקטער. אַ סך דעמאָנסטראַנטן, אַרײַנגערעכנט נישט ווייניק ייִדן, זענען אויפֿגעבראַכט געוואָרן קעגן די ברוטאַלע פּאָליציי־אַקציעס פֿון דער רעגירונג, און גלייבן, אַז נאָענטע באַציִונגען מיטן מערבֿ קאָנען פֿאַרבעסערן דעם עקאָנאָמישן און סאָציאַלן מצבֿ אינעם לאַנד. אַזוי צי אַזוי, האָט זיך בעת די איצטיקע אומרוען אַרויסגעוויזן דער מאָדנער פֿענאָמען — די אַנטיסעמיטן קאָנען נישט פֿאַרגעסן, אַז דער זיידע פֿונעם באַרימטן רוסישן רעוואָלוציאָנער איז געווען, מעגלעך, אַ געשמדטער אַסימילירטער ייִד.
דעם 1טן יאַנואַר, איז אויפֿן קיִעווער „מײַדאַן פֿון אומאָפּהענגיקייט‟ — דער סאַמע צענטער פֿון די פּראָטעסטן — אויפֿגעטראָטן מיט אַן אַנטיסעמיטישן ספּעקטאַקל באָגדאַן בעניוק, אַ דעפּוטאַט פֿון דער דערמאָנטער פּאַרטיי „פֿרײַהייט‟ און אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אַקטיאָר. פֿאַרשטעלט ווי אַ פֿרומער ייִד מיט פּאות, האָט ער דערמאָנט דעם פֿאַרזאַמלטן ריזיקן עולם אַ גאַנצע ריי אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן, זינגענדיק זיי אונטער דער מעלאָדיע פֿונעם באַקאַנטן סאָוועטישן ליד „לענין איז תּמיד לעבעדיק‟.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער איז אויפֿן זעלבן אָרט אויפֿגעטראָטן טאַקע אַן עכטער חסידישער ייִד, וועלכער שטיצט די פּראָטעסטן, און אַ כּלי־זמרישע גרופּע האָט אַרויסגערופֿן הויכע אָוואַציעס, זינגענדיק אַלטע רעוואָלוציאָנערע לידער אויף ייִדיש. ס׳איז קלאָר, אַז אַ סך באַטייליקטע אין די פּראָטעסטן זענען געשטימט סימפּאַטיש צו ייִדן. אַדרבה, אַ טייל אַנטיסעמיטן האָבן אַפֿילו באַשולדיקן די ייִדן אינעם אָרגאַניזירן די פּראָטעסטן. דאָ גייט אָבער אַ רייד וועגן דעם קאָנקרעטן אויסטערלישן פֿענאָמען, לויט וועלכן לענין ווערט אָסאָציִיִרט אין געוויסע נאַציאָנאַליסטישע קרײַזן מיט ייִדן.
דעם 25סטן יאַנואַר האָט די צײַטונג „אוקראַיִנישע פּראַוודאַ‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, וואָס דערקלערט די לייענער דעם באַדײַט פֿונעם ייִדישן וואָרט „חוצפּה‟ און דערמאָנט, אַז לענין האָט „פֿון דער מאַמעס צד געהייסן בלאַנק‟, און אַז לעאָן טראָצקיס אמתער נאָמען איז געווען לייב בראָנשטיין. דער מחבר קלינגט נישט ווי אַן אַנטיסעמיט, אָבער פֿאָרט קאָן זיך נישט אײַנהאַלטן פֿונעם באַטראַכט לענינס כּלומשרטיקע ייִדישע שרשים.
אַנשטאָט צו גריבלען זיך אין דער ביאָגראַפֿיע פֿון לענינס אַסימילירטן זיידן, וואָלט געווען כּדאַי צו באַטראַכטן די רעאַלע און באַלערנדיקע פֿאַרבינדונגען צווישן דעם דאָזיקן באַרימטן רעוואָלוציאָנער, ייִדן און ייִדישקייט. די סאָוועטישע רעגירונג, בראָש מיט לענינען, האָט דעם 15טן יולי, 1920, געשאַפֿן די גאַליציאַנער סאָוועטישע רעפּובליק מיט דער הויפּטשטאָט טאַרנאָפּל. די דרײַ אָפֿיציעלע שפּראַכן זענען דאָרטן געווען אוקראַיִניש, פּויליש און ייִדיש. אין עטלעכע חדשים אַרום איז דער דאָזיקער שטח אַריבער צו פּוילן. צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע, אָבער, איז ייִדיש אָפֿיציעל אָנערקענט געוואָרן ווי אַ מלוכישע שפּראַך. אַגבֿ, אוקראַיִניש האָט פֿאַר דער רעוואָלוציע אויך נישט געהאַט קיין אָפֿיציעלן סטאַטוס. ביז די פֿינצטערע 1930ער יאָרן איז ייִדיש געווען, צוזאַמען מיט ווײַסרוסיש, רוסיש און פּויליש, איינע פֿון די אָפֿיציעלע שפּראַכן אין דער ווײַסרוסישער סאָוועטישער רעפּובליק. דאָס איז געשען מיט עטלעכע חדשים נאָך לענינס טויט, אָבער געווען אַ דירעקטער המשך פֿון זײַן שפּראַך־פּאָליטיק.
נישט געקוקט אויף פֿאַרשיידענע אידעאָלאָגישע סיכסוכים צווישן די בונדיסטן און באָלשעוויקעס, האָט לענין בפֿירוש געשטיצט די ייִדישע שפּראַך, ווי אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער אינטערנאַציאָנאַלער פּראָלעטאַרישער קולטור. ער איז אָבער געווען געשטימט קעגן דער בונדיסטישער באַזונדערער ייִדישער פּאָליטיק. אינעם יאָר 1898, נאָך לאַנג פֿאַר דער רעוואָלוציע, האָט דער „בונד‟ זיך באַטייליקט אין דער ערשטער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער „רוסלענדישער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער אַרבעטער־פּאַרטיי‟ און אַרויסגעגעבן אַ מאַניפֿעסט אויף ייִדיש, מיט לענינס הסכּמה. שפּעטער איז ער אָבער געוואָרן אומצופֿרידן מיט דער בונדיסטישער אידעאָלאָגיע.
לענינס באַציִונג צו דער פֿרומער ייִדישקייט איז אַן אַנדער אינטערעסאַנטער ענין. נישט געקוקט אויף זײַן פּרינציפּיעלן אַטעיִזם און אַנטי־רעליגיעזער פּאָליטיק, איז ער פֿאָרט געווען אַ רעאַליסטישער פּאָליטיקער, וועלכער האָט אָפּגעשאַצט די טעטיקייט פֿון געוויסע גלייביקע רעוואָלוציאָנערן. במשך פֿון אַ פּאָר חדשים, האָט יצחק־נחמן שטיינבערג, אַ פֿרומער ייִד, געדינט ווי אַ יוסטיץ־קאָמיסאַר אין לענינס פֿריִיִקער קאָאַליציע־רעגירונג, ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון דער „לינקער סאָציאַל־רעוואָלוציאָנערער פּאַרטיי‟. שטיינבערג האָט זיך אָפּגעזאָגט צו אַרבעטן שבת, און לענין האָט אים געלאָזט צו רו.
נישט אַלע רבנים, פֿון זייער צד, האָבן זיך נעגאַטיוו באַצויגן צו דער רעוואָלוציע. הרבֿ חיים־עוזר גראָדזינסקי, אַ באַקאַנטער ליטווישער פּוסק, קריטיקירט אין אַ בריוו, אָנגעשריבן אין 1923, אַ געוויסן רבֿ, וועלכער האָט געהאַט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ פֿאַרברענטן באָלשעוויק און כּסדר אײַנגעטײַטשט די חז״ל מיט אַ קאָמוניסטישן טעם. אַן אַנדער פֿאַרברענטער חסיד פֿון לענינס רעוואָלוציע איז געווען דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער רבֿ אַבֿרהם ביק. דער פּאָנעוועזשער ראָש־ישיבֿה, רב איטשעלע ראַבינאָוויטש, האָט אויך געשטיצט לענינס אידעען. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז צווישן לענינס גרעסטע שׂונאים זענען געווען נישט ווייניק ייִדן. די רעוואָלוציאָנערקע פֿאַני קאַפּלאַן (פֿייגע רויטבלאַט) האָט אין אים געשאָסן און ערנסט פֿאַרוווּנדעט דעם 30סטן אויגוסט 1918; מיט פֿיר טעג שפּעטער האָט די סאָוועטישע רעגירונג זי פֿאַר דעם דערהרגעט. די שווערע וווּנדן האָבן קאַליע געמאַכט לענינס געזונט־מצבֿ און, מעגלעך, גורם געווען זײַן טויט.
דאָס אַלץ האָט, אַוודאי, נישט קיין שײַכות צו לענינס זיידן. וולאַדימיר לענין־אוליאַנאָוו האָט זיך תּמיד באַטראַכט ווי אַ רוס. ס׳איז אַפֿילו נישט קלאָר, צי ער האָט אַליין געוווּסט וועגן דעם „ייִדישן פֿלעק‟ אויף זײַן ייִחוס. ווי אַן אָנגעזעענער רעוואָלוציאָנער און פּאָליטיקער פֿון אַ לאַנד, וווּ עס האָבן געוווינט מיליאָנען ייִדן, האָט אָבער לענין געהאַט וויכטיקע רעאַלע פֿאַרבינדונגען מיט ייִדן און דער „ייִדישער פֿראַגע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.