די וואָקאַלע ליריק פֿון דער מאָלדאַווישער קאָמפּאָזיטאָרין זלאַטע טקאַטש איז פֿול מיט ייִדישן נאַציאָנאַלן חן, וואַרעמקייט און פּשטות, וואָס עס פֿילט יעדער צוהערער; שוין אָפּגערעדט פֿון די מוזיקער, אויספֿירער פֿון אירע ווערק. אַזוי איז אויך מיט אַנזשעלאַ פּיכוט, סאָליסטקע פֿון דער מאָלדאַווישער אָפּערע, וואָס איז לעצטנס געקומען אויף אַ באַזוך קיין ישׂראל, כּדי אויפֿצוטרעטן אין אַ פּראָגראַם פֿון זלאַטע טקאַטשס שאַפֿונגען.
אַנזשעלאַ איז מײַן געוועזענע סטודענטקע, און ווען איך האָב געאַרבעט אין דער מאָלדאַווישער מוזיק־אַקאַדעמיע, האָבן מיר צוזאַמען צוגעגרייט אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישער מוזיק, וווּ די וואָקאַלע שאַפֿונגען פֿון זלאַטע טקאַטש האָט פֿאַרנומען דעם אויבנאָן.
איצט, ווען איך בין שוין אַן אײַנוווינער פֿון ישׂראל, איז אַנזשעלאַ געקומען צו גאַסט מיט איר מאַן, צבֿי ווערשובסקי, דער מוטער און טאָכטער; האָבן מיר צוגעגרייט אַ גאַנצע פּראָגראַם פֿון זלאַטע טקאַטשס ווערק, געווידמעט איר 7טן יאָרצײַט. אונדזער אויפֿטריט איז פֿאָרגעקומען אין „בית־לייוויק‟, נאָך דער פֿאַרבעטונג פֿון דניאל גלאַי, פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן, אַליין אַ דיכטער און באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר.
געעפֿנט האָבן מיר דעם אויפֿטריט מיטן ליד „מײַן פֿעטער אלי האָט אַ בוים‟ אויף די ווערטער פֿון לייב מאָרגענטוי. איבערגעלייענט עס אַמאָל אין „פֿאָרווערטס‟, האָב איך וועגן דעם דערציילט זלאַטען. עס גייט דאָרט די רייד וועגן אַן אָרעמאַן; זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן — איז דער בוים לעבן זײַן שטיבל, וואָס אויף אים וואַקסן זילבערנע שטערן. דער אָרעמאַן נעמט זיי צונויף און פֿירט זיי צו פֿאַרקויפֿן אויפֿן יריד, אָבער אַלע לאַכן פֿון אים. מענטשן זוכן קרויט, בורעקעס, מייערן — נישט קיין שטערן… ווער דאַרף זיי, די שטערן?! זלאַטען איז אַזוי געפֿעלן געוואָרן דאָס ליד, אַז אין עטלעכע טעג אַרום האָט זי געשאַפֿן צו דעם איר מוזיק.
ווײַטער האָט אַנזשעלאַ געזונגען אַ גרעסערן וואָקאַל־ציקל „דאָס גלעקעלע‟ אויף דער פּאָעזיע פֿון משה לעמסטער. סײַ אין אירע מאָלדאַווישע ווערק און סײַ אין די ייִדישע האָט זלאַטע שטענדיק מיטגעאַרבעט מיט די אָרטיקע פּאָעטן מאָלדאַווישע און ייִדישע; אַזעלכע ווי גריגאָרי וויערו, אַגנעסאַ ראָשקאַ, אַנאַטאָלי גוזשעל, און משה לעמסטער, יחיאל שרײַבמאַן. חוץ דעם דערמאָנטן וואָקאַל־ציקל, האָט זי מיט לעמסטערן געשאַפֿן נאָך איין וואָקאַל־ציקל — „וואַנדערשטאָקס־געשיכטע‟, ווי אויך די טראַגישע וואָקאַל־פּאָעמע „קדיש‟, לזכּרון די 300 טויזנט אומגעבראַכטע בעסאַראַבער ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַגבֿ, איז דאָס ווערק לעצטנס הויך אָפּגעשאַצט געוואָרן אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון מאָדערנער מוזיק אין קעשענעוו, מאָלדאָווע.
אינעם תּל־אָבֿיבֿער קאָנצערט איז מיט דערפֿאָלג אויפֿגענומען געוואָרן די טראַגישע „שוואַרצע באַלאַדע‟ אויף שיקע דריזס פּאָעזיע, ווי אויך דאָס פֿאָלקסטימלעכע ליד „קומט צו אונדז אין קאַפּרעשט‟ אויף די ווערטער פֿון יוסף קערלער, וואָס טקאַטש האָט אַזוי גלענצנדיק באַאַרבעט, צוזאַמען מיט נאָך צוויי פֿאָלקס־לידער — „אין האָבער און קאָרן‟ און „כאַפּט אים, נעמט אים‟.
מיט דעם האָט זיך אַוודאי די פּראָגראַם נישט אויסגעשעפּט. וויכטיק איז, אַז נאָך יעדן קאָנצערט־נומער האָט זיך געהערט „בראַוואָ‟. די זינגערין און אַקטריסע לאה שלאַנגער האָט באַטאָנט, אַז דאָס אויספֿירן די פֿאָלקס־לידער איז זייער אָריגינעל און שיידט זיך אונטער פֿון די אָנגענומענע סטילן.
דניאל גלאַי האָט אין נאָמען פֿונעם פֿאַראיין און די צוהערער האַרציק באַדאַנקט אַנזשעלאַ פּיכוט פֿאַר דער רײַכער פּראָגראַם, וווּ די מוזיק פֿון זלאַטע טקאַטש איז פֿאַר אַ סך געווען ממש אַן אַנטפּלעקונג. פֿאַרענדיקט האָט זיך דער קאָנצערט אויף אַ הויכער נאַציאָנאַלער נאָטע: מיטן באַקאַנטן ליד פֿון יוסף קערלער, „עם ישׂראל חי‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.