פּיט סיגער, וועלכער האָט געהאָלפֿן שאַפֿן די מאָדערנע באַוועגונג פֿון אַמעריקאַנער פֿאָלקסמוזיק, מיטגעשריבן פּאָפּולערע לידער ווי If I Had a Hammer און געקעמפֿט פֿאַר סאָציאַלער גערעכטיקייט, איז מאָנטיק געשטאָרבן צו 94 יאָר.
סיגער איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַן ליבעראַלער פּאָליטיק. ער האָט געאַרבעט ווי אַ סבֿיבֿה־אַקטיוויסט, פּראָטעסטירט קעגן מלחמות, בפֿרט אין וויעטנאַם און איראַק, און איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אַ יאָר תּפֿיסה פֿאַר אָפּזאָגן זיך צו געבן גבֿית־עדות אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס וועגן זײַנע יאָרן אין דער קאָמוניסטישער באַוועגונג.
הגם סיגער איז אַליין נישט געווען קיין ייִד, איז ער געווען אַ געטרײַער שטיצער פֿון דער ישׂראלדיקער קיבוץ־באַוועגונג, און האָט מיט זײַן קאַפּעליע, The Weavers, אַזוי פֿאַרשפּרייט דאָס העברעיִשע ליד „צאנה צאנה צאנה‟, אַז אין 1952 איז עס געוואָרן דאָס צווייט־פּאָפּולערסטע ליד אויף דער אַמעריקאַנער ראַדיאָ.
די געשיכטע, ווי אַזוי פּיט סיגער האָט פּאָפּולאַריזירט „צאנה, צאנה, צאנה‟
סיגער האָט אָנגעשריבן דאָס מאָדערנע ליד, Turn Turn Turn — אַן איבערזעצונג פֿונעם טעקסט אין „קהלת‟, „צו אַלץ איז דאָ אַ צײַט‟, און איז אַ מיט־מחבר פֿונעם שטאַרק פּאָפּולערן אַנטי־מלחמה־ליד Where Have All the Flowers Gone.
ער האָט אויך ליב געהאַט ייִדישע פֿאָלקסלידער און האָט באַגלייט די ייִדישע עטנאָמוזיקאָלאָגין און פֿאָלקסזינגערין רות רובין מיטן באַנדזשאָ אויף איר פּלאַטע פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿאַר קינדער, Jewish Children – Songs and Games.
פּיט סיגער און רות רובין זינגען „טום באַלאַלײַקאַ‟
ער אַליין איז אָבער געווען באַשיידן וועגן זײַנע קאָמפּאָזיציעס. „כּמעט קיין איין ליד מײַנס איז נישט אָנגעשריבן געוואָרן בלויז דורך מיר,‟ האָט ער אַ מאָל באַמערקט אין אַן אינטערוויו. „כ׳האָב גענומען אַ ביסל פֿון דאָ, אַ ביסל פֿון דאָרט, און צוגעשטעלט נײַע ווערטער צו אַלטע מעלאָדיעס.‟
סיגער איז געבוירן געוואָרן אין פּאַטערסאָן, ניו־יאָרק אין יאָר 1919. זײַנע טאַטע־מאַמע זענען ביידע געווען לערער אין דער אָנגעזעענער מוזיקשול „דזשוליאַרד‟; זײַן טאַטע — ווי אַן עטנאָמוזיקאָלאָג, און זײַן מאַמע — ווי אַ פֿידל־שפּילערין. דער יונגער פּיט האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט פֿאָלקסמוזיק דורכן טאַטן, וועלכער האָט באַקענט דעם אַמעריקאַנער ייִדישן קלאַסישן קאָמפּאָזיטאָר אַהרן קאָפּלאַנד מיט דער פֿאָלקסמוזיק פֿון די קוילן־גרעבער אין ווירדזשיניע, וואָס קאָפּלאַנד האָט שפּעטער אַרײַנגעוועבט אין זײַנע באַרימטסטע ווערק.
אַ וויכטיקער מאָמענט אין סיגערס לעבן איז פֿאָרגעקומען בעת אַ טאַנץ־פֿעסטיוואַל אין די בערג פֿון צפֿון־קאַראָלײַנע. „כ׳האָב זיך ממש פֿאַרליבט אינעם באַנדזשאָ,‟ האָט ער שפּעטער געזאָגט. „ס׳איז מיר שטאַרק געפֿעלן זײַן שפּרודלדיקער קלאַנג, און כ׳האָב דערקענט אין דער ׳קאָנטרי־מוזיק׳ אַן אָפֿן־האַרציקייט, וואָס מע הערט נישט אין דער ׳פּאָפּ־מוזיק׳.‟
אין 1938 האָט סיגער איבערגעריסן זײַנע שטודיעס אין האַרוואַרד, און אָנגעהויבן אויפֿטרעטן מיטן באַנדזשאָ אין די שטעטלעך איבער אַמעריקע. בעת אַ בענעפֿיט־קאָנצערט לטובֿת די פֿאַרם־אַרבעטער אין קאַליפֿאָרניע, האָט ער זיך באַקענט מיטן פֿאָלקסזינגער וווּדי גאָטרי, וואָס זײַן שוויגער איז געווען די ייִדישע פּאָעטעסע אַליזאַ גרינבלאַט.
צענדליקער יאָרן לאַנג האָט סיגער אויפֿגעטראָטן אין די קאָלעדזש־קאַמפּוסן, אויף פֿאָלקס־פֿעסטיוואַלן און פּאָליטישע מאַניפֿעסטאַציעס. אין 1997 האָט ער געוווּנען אַ „גראַמי־פּרעמיע‟ פֿאַר זײַן אַלבאָם, „פּיט‟, און אין 1993 האָט ער באַקומען אַ „גראַמי‟ פֿאַר זײַן לעבנסלאַנגן אויפֿטו.
סיגערס פֿרוי, טאָשי, מיט וועמען ער האָט חתונה געהאַט אין 1941, איז געשטאָרבן אין 2013. זיי האָבן געוווינט אין צפֿון־ניו־יאָרק און געהאַט דרײַ קינדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.