די פֿרויען פֿון חב״ד זענען גאָר אַנדערש

The Women of Chabad are So Different

אַ טייל פֿונעם עולם אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון די ליובאַוויטשער שלוחותטעס, דעם 26סטן יאַנואַר, אין מאַנהעטן
אַ טייל פֿונעם עולם אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון די ליובאַוויטשער שלוחותטעס, דעם 26סטן יאַנואַר, אין מאַנהעטן

פֿון בען האַריס (ייִט״אַ)

Published January 29, 2014, issue of February 14, 2014.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז אין מאַנהעטן פֿאָרגעקומען די יערלעכע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿון די ליובאַוויטשער שלוחותטעס — די פֿרויען, וואָס האָבן זיך אין איינעם מיט זייערע מענער און קינדער באַזעצט אין די אוניווערסיטעט־קאַמפּוסן און שטעט איבער דער וועלט, כּדי צוציִען אָפּגעפֿרעמדטע ייִדן צו ייִדישקייט.

דער פּרעסע־קאָמוניקאַט, וואָס האָט געמאָלדן וועגן דער אונטערנעמונג, האָט געגעבן אָנצוהערן, אַז די סטערעאָטיפּן וועגן חסידישע פֿרויען וועלן זונטיק פֿאַרשווינדן ווערן. וכּך חווה… געקומען זענען בערך 3,000 פֿרויען פֿון איבער דער וועלט, און ס׳רובֿ פֿון זיי זענען געווען זייער עלעגאַנט אָנגעטאָן, אין פֿאַרביקע קליידער און אויף הויכע אָפּצאַסן — זייער אַנדערש ווי די שוואַרץ־און־ווײַסע אָנצוגן, וואָס מע האָט געזען אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון די מענער־שליחים אין נאָוועמבער.

אָבער נישט בלויז די מלבושים זענען געווען אַנדערע; דער באַנקעט האָט געהאַט אַ מער אומפֿאָרמעלן, אָפֿנהאַרציקן טאָן ווי דער מענער־באַנקעט. די רעדנערינס האָבן גערופֿן די אַנדערע חב״דניצעס „שוועסטער‟, און באַשריבן, דורך פּערזענלעכע בײַשפּילן, די פֿרייד און לייד פֿון זייער לעבן ווי שלוחותטעס. איינע האָט באַמערקט, אַז עס זענען דאָ סײַ מעלות, סײַ חסרונות, ווען מע דינט ווי אַ חב״ד־שליח — זיכער נישט די זעלבע רייד וואָס מע הערט פֿון די מענער, וועלכע באַשרײַבן זייער מיסיע מיט אַ קאַטעגאָרישער פּאָזיטיווקייט.

בעת אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם, האָט מען אויף דער בינע געבראַכט אַ סאָפֿע, און צוויי שלוותטעס — איינע פֿון אַלאַסקע, די צווייטע פֿון רוסלאַנד — האָבן געשמועסט, אַזוי ווי אויף אַ פּראָגראַם פֿון „אָפּראַ‟, וועגן די שוועריקייטן פֿון פֿירן אַ פֿרום לעבן אין „קיינעמס וועלט‟. „דאָס הייסט טאַקע מסירת־נפֿש,‟ האָט באַמערקט ביילע אָלידאָרט, די שעף־רעדאַקטאָרין פֿון Lubavitch.com און די פֿאָרזיצערין פֿון דער דיסקוסיע. שפּעטער האָט אָלידאָרט געקוקט די פֿרויען אין די אויגן און געפֿרעגט: „טיף אין האַרצן, קלערט איר אפֿשר אַמאָל, אַז ׳שוין גענוג!׳?‟

בײַ די מענער וואָלט מען קיין מאָל נישט געהערט אַזאַ קשיא. דער באַנקעט בײַ די מענער איז געווען ענלעך צו אַ סאָלידאַריטעט־מאַניפֿעסטאַציע. בײַ די פֿרויען איז עס גיכער ווי אַ סעסיע פֿון גרופּע־טעראַפּיע. די הויפּטרעדע פֿונעם אָוונט האָט אָפּגעהאַלטן חני ליפּסקאַר, וועלכע פֿירט מיט איר מאַן, שלום, דעם חב״ד־צענטער אין באַל־האַרבאָר, פֿלאָרידע. זי האָט דערציילט, ווי אַזוי זי איז שיִער נישט אומגעקומען אין אַ שׂריפֿה אין איר שלאָפֿצימער, ווען אַ פֿײַער־לעשער האָט זיך אַרײַנגעריסן און צוגעשטעלט זײַן אייגענע מאַסקע צו איר מויל.

„דער הוסט, וואָס איז מיר פֿאַרבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג, איז אַ שטענדיקע דערמאָנונג, אַז השם האָט מיך געראַטעוועט, כּדי איך זאָל ממשיך זײַן מײַן שליחות לטובֿת זײַן אייביקן נאָמען,‟ האָט זי געזאָגט.