וואַשינגטאָן. — דינסטיק האָט פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ דערקלערט, בעת דער יערלעכער פּרעזידענטישער רעדע וועגן דעם מצבֿ פֿונעם לאַנד, אַז ער וועט וועטאָיִרן יעדע נײַע סאַנקציע, וואָס דער קאָנגרעס פּרוּווט דורכצופֿירן קעגן איראַן.
„כ׳וועל זײַן זייער קלאָר וועגן דעם: אויב דער קאָנגרעס וועט מיר שיקן אַ סאַנקציעס־לעגיסלאַציע, וואָס קאָן שטעלן אין אַ סכּנה אונדזערע אָנגייענדיקע פֿאַרהאַנדלוגען, וועל איך זי וועטאָיִרן,‟ האָט ער באַטאָנט. „לטובֿת אונדזער נאַציאָנאַלער זיכערהייט, מוזן מיר געבן דער דיפּלאָמאַטיע אַ שאַנס מצליח צו זײַן.‟
דער סענאַט האָט לעצטנס אָנגעהויבן צונויפֿשטעלן אַ געזעץ־פּראָיעקט פֿון נײַע סאַנקציעס, געשטיצט דורך די פּראָ־ישׂראלדיקע גרופּעס, און דערווײַל האָבן שוין 59 סענאַטאָרן — סײַ דעמאָקראַטן, סײַ רעפּובליקאַנער — אויסגעדריקט זייער הסכּמה דערפֿאַר.
„צוזאַמען מיט אונדזערע אַליִיִרטע און פֿרײַנד, פֿירן מיר איצט דורך פֿאַרהאַנדלונגען, צו זען, אויב מיר קענען אויף אַ פֿרידלעכן אופֿן דערגרייכן אַ ציל, וואָס מיר האַלטן אַלע פֿאַר נייטיק: פֿאַרהיטן איראַן פֿון קריגן אַ נוקלעאַרן וואָפֿן,‟ האָט אָבאַמאַ באַטאָנט, אַרויסרופֿדיק די שטאַרקסטע אַפּלאָדיסמענטן פֿונעם אָוונט.
בעת דער רעדע האָט אָבאַמאַ אויך געלויבט די באַמיִונגען פֿונעם מלוכה־סעקרעטאַר דזשאָן קערי צו דערגרייכן אַ שלום־אָפּמאַך צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, און האָט דערבײַ אויסגעדריקט שטיצע פֿאַר ישׂראלס זיכערהייט. ער האָט אויך באַצייכנט ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה — אַן אָנערקענונג, וואָס ישׂראל פֿאָדערט בײַ די פּאַלעסטינער אויך.
אָבער זײַן הויפּטציל, האָט אָבאַמאַ געזאָגט, איז צוריקצוציִען אַמעריקע פֿון איר „כּסדרדיקער באַטייליקונג אין מלחמה‟, און רעדוצירן די צאָל אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אין אויסלאַנד, וואָס „שוואַכט אָפּ אונדזערע כּוחות און קאָן, אין לעצטן סך־הכּל, דערפֿירן צו נאָך מער עקסטרעמיזם.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.