צה״ל גרייט צו ריזיקע רעפֿאָרמען פֿון איר פּראָגראַם פֿון מילויִם — די רעזערוו־כּוחות, און וועט דערבײַ באַפֿרײַען צענדליקער טויזנטער רעזערוויסטן, ווײַל זיי וועלן מער נישט זײַן נייטיק.
אַחוץ דעם וועט מען במשך פֿונעם קומעדיקן יאָר אויך ענדערן דעם טרענירונג־צײַטפּלאַן, כּדי די רעזערוויסטן, וואָס דינען אויפֿן פֿראָנט, זאָלן קריגן מער צײַט זיך צו טרענירן, ווי די, וועלכע וועלן דינען אין די הינטערטשטע רייען. די אַרמיי וועט אויך אַראָפּלאָזן דעם עלטער פֿון באַפֿרײַט ווערן פֿון מילויִם בײַ געוויסע אָפּטיילן.
דער פּלאַן איז צוגעגרייט געוואָרן דורך אַ קאָמיטעט אָנגעפֿירט פֿון גענעראַל רוני נומה.
צה״ל האָט שוין געשלאָסן עטלעכע באַוואָפֿנטע בריגאַדעס, וואָס האָבן נאָך געניצט אַלט־פֿרענקישע טאַנקען, ווי אויך געוויסע אָפּטיילן פֿון די לופֿט־כּוחות, אַרטילעריע און לאָגיסטיק, און איבערגעפֿירט די ייִנגערע, מער מאָטיווירטע רעזערוויסטן אין אַנדערע אָפּטיילן, וואָס ניצן נײַערע טאַנקען. טויזנטער אַנדערע רעזערוויסטן וועלן אָבער אין גאַנצן באַפֿרײַט ווערן פֿון מילויִם.
אין אַ באַריכט דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל, איז צה״ל געקומען צום אויספֿיר, אַז מע האָט צו פֿיל רעזערוויסטן. בערך 500,000 ישׂראלים זענען רעגיסטרירט ווי רעזערוויסטן, אָבער בערך 150,000 ווערן קיין מאָל נישט גערופֿן אין מילויִם.
דערפֿאַר וועט מען איצט הייסן די באַטאַליאָן־קאָמאַנדירן צו רעדוצירן די צאָל רעגיסטרירטע רעזערוויסטן, דורך באַפֿרײַען די עלטערע אָדער די נישט־מאָטיווירטע סאָלדאַטן.
די צווייטע לבֿנון־מלחמה פֿון 2006 האָט איבערצײַגט די אַרמיי־קאָמאַנדשאַפֿט, אַז ס׳איז אַ געפֿערלעכער טעות נישט צו געבן די סאָלדאַטן גענוג צײַט זיך צו טרענירן, בפֿרט בײַ די גרונט־כּוחות, וועלכע זענען נישט געווען אַזוי גוט צוגעגרייט צו האַלטן מלחמה, ווי די לופֿט־כּוחות.
דער קאָמיטעט האָט אויך געעצהט אַראָפּצולאָזן די עלטער פֿון באַפֿרײַונג פֿאַר די רעזערוויסטן, וועלכע שפּילן נישט קיין לעבנס־וויכטיקע ראָלע. ביז איצט האָט מען נישט באַפֿרײַט די סאָלדאַטן ביז 40 יאָר, און די אָפֿיצירן, דאָקטוירים, שאָפֿערן און קאָמוניקיר־ספּעציאַליסטן ביז 45 אָדער אַפֿילו 49 יאָר. איצט וועלן די רעזערוויסטן פֿון געוויסע ספּעציאַליטעטן, אַרײַנגערעכנט אויסשפּיר־ און טעכנישע געביטן, באַפֿרײַט ווערן צו 35 יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.