צוליב איר מיטאַרבעט מיט דער ישׂראל־פֿירמע „סאָדאַסרטים‟ (SodaStream), וואָס האָט אַ פֿאַבריק אויפֿן מערבֿ־ברעג, איז די אַמעריקאַנער ייִדישע אַקטריסע אַוועק פֿון דער צדקה־אָרגאַניזאַציע „אָקספֿאַם‟, וווּ זי האָט געאַרבעט 8 יאָר ווי אַ „וועלט־אַמבאַסאַדאָרין‟ אינעם קאַמף קעגן דער אָרעמקייט איבער דער וועלט. „אָקספֿאַם‟ האָט אַקצעפּטירט דזשאָהאַנסאָנס רעזיגנאַציע און געמאָלדן פֿאַר דער פּרעסע: „כאָטש אָקספֿאַם רעספּעקטירט דאָס רעכט פֿון אונדזערע אַמבאַסאַדאָרן זיך צו פֿירן אומאָפּהענגיק, קען איר ראָלע אינעם רעקלאַמירן סאָדאַסרטים זיך ניט צונויפֿפּאַסן מיט איר ראָלע ווי אַן וועלט־אַמבאַסאַדאָרין פֿאַר אָקספֿאַם‟.
מיטוואָך האָט דזשאָהאַנסאָן אַנאָנסירט איר רעזיגנאַציע, נאָך דעם ווי „אָקספֿאַם‟ האָט קריטיקירט איר אַרבעט מיט דער ישׂראל־פֿירמע, וואָס פּראָדוצירט מאַשינען צו מאַכן סאָדע־וואַסער אין דער היים, און האָט אַ פֿאַרבריק אויפֿן מערבֿ־ברעג. דשאָהאַנסאָן האָט געזאָגט, אַז צווישן איר און דער צדקה־אָרגאַניזאַציע איז פֿאַראַן אַ פֿונדאַמענטאַלער חילוקי־דעות לגבי דער פֿראַגע פֿון סאַנקציעס און פֿון בויקאָטירן ישׂראל. „אָקספֿאַם‟ שטעלט זיך קעגן דעם גאַנצן האַנדל מיט די ייִדישע ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג.
ווי אַ וועלט־אַמבאַסאַדאָרין איז דזשאָהאַנסאָן געפֿאָרן קיין אינדיע, סרי-לאַנקאַ און קעניע, כּדי אַרויסצוהייבן די פּראָבלעם פֿון אָרעמקייט איבער דער וועלט. „זי איז זייער שטאָלץ מיט אירע אויפֿטוען און מיט איר אַרבעט צו שאַפֿן געלט אין משך פֿון איר טעטיקייט פֿאַר אָקספֿאַם‟, האָט געמאָלדן איר אַגענט.
דזשאָהאַנסאָן איז „סאָדאַסטרימס‟ ערשטע וועלט־אַמבאַסאַדאָרין און זי וועט אויפֿטרעטן אין זייער רעקלאַמע דעם זונטיק בשעת דעם „סופּער־באָול‟ (פֿוטבאָל־שפּיל). די פֿירמע האָט אַ פֿאַבריק אינעם ייִשובֿ מעלה־אַדומים אויפֿן מערבֿ־ברעג, וווּ עס אַרבעטן סײַ ישׂראלים, סײַ פּאַלעסטינער. פּראָ־פּאַלעסטינער גרופּעס האָבן דערמוטיקט „אָקספֿאַם‟ אָפּצוהאַקן די באַציִונג מיט דער אַקרטיסע. דינסטיק זײַנען זיי אַרײַנגעקומען אין דער הויפּטקוואַרטיר פֿון „אָקספֿאַם אַמעריקע‟ אין באָסטאָן און דערמוטיקט די צדקה־אָרגאַניזאַציע פּטור צו ווערן פֿון דזשאָהאַנסאָן, וואָס איז אַ ייִדישע טאָכטער און שטיצט סאָדאַסטרימס אַרבעט אויפֿן מערבֿ־ברעג.
דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ האָט אינטערוויויִרט דעם דירעקטאָר פֿון „סאָדאַסטרים‟, דניאל בירנבוים, וואָס באַשרײַבט זײַן פֿאַבריק אויפֿן מערבֿ־ברעג ווי אַ „ביין אין האַלדז‟ (pain in the ass). בירנבוים וואָלט קיין מאָל ניט עטאַבלירט די פֿאַבריק, אָבער זי איז אויפֿגעקומען איידער ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן דאָרט. איצט פֿאַרזיכערט ער אָבער, אַז ער וועט זי ניט פֿאַרמאַכן צוליב דעם דרוק פֿון דרויסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.