אַ נײַ־געבוירן ייִנגעלע אין ניו־יאָרק איז אָנגעשטעקט געוואָרן מיטן ווירוס הערפּעס, נאָך דעם ווי מע האָט דורכגעפֿירט אַ מציצה־בפּה בשעת זײַן ברית־מילה. דאָס איז שוין דאָס דריטע מאָל במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָר, וואָס אַ קינד האָט באַקומען די אינפֿעקציע.
מציצה־בפּה איז אַ מינהג, אין וועלכן דער מוהל זויגט אָפּ מיט זײַן מויל דאָס בלוט פֿון דער וווּנד בײַם קינדס געמלנט אָרט.
פֿינף טעג נאָכן ברית האָט מען געבראַכט דאָס קינד צום דאָקטער צוליב אַן אויסשיט אויף זײַנע אינטימע ערטער, לויט אַ באַריכט פֿונעם ניו־יאָרקער געזונט־אָפּטייל. דאָס עופֿעלע געפֿינט זיך איצט אונטער אַ מעדיצינישער באַהאַנדלונג און זײַן איצטיקער געזונט־צושטאַנד איז נישט קלאָר.
דער געזונט־אָפּטייל האָט איבערגעגעבן, אַז דער אויסשיט איז אַ רעזולטאַט פֿונעם קאָנטראָווערסאַלן ברית־ריטואַל, מציצה־בפּה, וואָס געוויסע חרדישע רבנים טענהן, אַז ס‘איז אַן אַלטער אָנגעזעענער מינהג פֿון דער ברית־מילה צערעמאָניע.
14 עופֿעלעך האָבן זיך שוין אָנגעשטעקט מיט הערפּעס נאָך דעם ווי מע האָט זיי געמאַכט מציצה־בפּה, גיט איבער דער ניו־יאָרקער געזונט־אָפּטייל. צוויי פֿון די עופֿעלעך זענען געשטאָרבן, און בײַ צוויי אַנדערע האָט עס געשעדיקט דעם מוח.
אין דעם איצטיקן פֿאַל האָט דער אויסשיט זיך פֿאַרשפּרייט אַפֿילו נאָך דעם, ווי מע האָט די וווּנד באַשמירט מיט אַ מעדיקאַמענט. מע האָט שפּעטער, נאָך דער באַהאַנדלונג, געבראַכט דאָס קינד אין שפּיטאָל.
צוליב דער מעגלעכער סכּנה פֿון מציצה־בפּה, האָט די שטאָט ניו־יאָרק אײַנגעפֿירט אַ פֿאָרמולאַר, וואָס די עלטערן פֿונעם קינד דאַרפֿן אונטערשרײַבן, וווּ מע דערקלערט זיי די ריזיקע פֿון מציצה־בפּה. אַ וואָרטזאָגערין פֿונעם געזונט־אָפּטייל האָט זיך אָפּגעזאָגט צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע, צי די עלטערן פֿונעם דאָזיקן קינד האָבן אונטערגעשריבן דעם פֿאָרמולאַר. ”מיר פֿירן איצט דורך אַן אויספֿאָרשונג פֿון דעם ענין, און וועלן נישט רעדן וועגן קיין פּרטים דערפֿון,“ האָט די וואָרטזאָגערין געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.