דער ניו־יאָרקער סענאַט האָט אָנגענומען אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס וואָלט איבערגעריסן די פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר די בילדונג־אינסטיטוציעס, וואָס פֿינאַנצירן די אָרגאַניזאַציעס, וועלכע בויקאָטירן ישׂראל.
לויט דער לעגיסלאַציע, וואָס איז באַשטעטיקט געוואָרן דורך אַן אָפּשטימונג, 56 קעגן 4, וועלן די שטאַט־פֿאָנדן מער נישט קאָנען אויסגעטיילט ווערן צו די קאָלעדזשן, וועלכע פֿינאַנצירן די אָרגאַניזאַציעס, וואָס בויקאָוירן ”די לענדער, וווּ עס געפֿינען זיך הויכע לערן־אַנשטאַלטן אונטער דער אויפֿזיכט פֿונעם ניו־יאָרקער שטאַט־אוניווערסיטעט“.
אַ צאָל ניו־יאָרקער אוניווערסיטעטן האָבן צווײַגן אין ישׂראל.
דער געזעץ־פּראָיעקט דערמאָנט נישט ישׂראל בײַם נאָמען, אָבער זײַן ספּאָנסאָר, דזשעפֿרי קלײַן — אַ דעמאָקראַט, וועלכער רעפּרעזענטירט בראָנקס און וועסטשוועסטער־קאַונטי, האָט בעת אַן אינטערוויו מיט דער אַנטי־ציוניסטישער נײַעס־וועבזײַט Mondoweiss, דערקלערט: ”איך וועל נישט דערלויבן די שׂונאים פֿון ישׂראל אָדער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק צו געווינען קיין שום נצחון אין ניו־יאָרק. דער ערשטער אַמענדמענט באַשיצט די וואָרט־פֿרײַהייט פֿון יעדער אָרגאַניזאַציע, אָבער פֿאָדערט נישט, אַז די שטײַער־צאָלער זאָלן דעקן די הוצות דערפֿאַר.“
אַן ענלעכע לעגיסלאַציע, וואָס איז אַרײַנגעבראַכט געוואָרן אין דער שטאַט־אַסעמבלעע מיט עטלעכע וואָכן צוריק דורכן ספּיקער, שעלדאָן סילווער, האָט 48 ספּאָנסאָרס צווישן די 150 מיטגלידער פֿונעם קאַמער. סילווער האָט געזאָגט, אַז ער האָט איניציִיִרט דעם געזעץ־פּראָיעקט ”ווי אַ רעאַקציע אויפֿן בויקאָט פֿון די ישׂראלדיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס דורך דער ׳אַסאָציאַציע פֿון אַמעריקאַנער שטודיעס׳ (ASA).“
די ASA, איינע פֿון די דרײַ אַמעריקאַנער אַקאַדעמישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָט לעצטנס גערופֿן צו בויקאָטירן די ישׂראלדיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, האָט געטענהט, אַז די לעגיסלאַציע איז אַן אַטאַק אויף דער וואָרט־פֿרײַהייט. ”הגם זיי זאָגן, אַז זיי האָבן דורכגעפֿירט די לעגיסלאַציע לטובֿת דער אַקאַדעמישער פֿרײַהייט, איז זי אין דער אמתן אַ דירעקטער אַטאַק אויף דער פֿרײַהייט, און דערמאָנט אין דער ׳מאַק׳אַרטי־תּקופֿה׳, איינע פֿון די שוואַרצסטע עפּאָכעס פֿון פּאָליטישע רעפּרעסיעס אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע,“ האָט די ASA דערקלערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.