יעדעס פֿאָלק האָט זײַנע משוגעתן אָדער, ווייכער געזאָגט, אייגנאַרטיקייטן. די אַמעריקאַנער, למשל, האָבן די נטיה צו זײַן סענטימענטאַל. דער האָליוווּד האָדעוועט אונטער דער דאָזיקער אַטראַקציע פֿון שמאַלץ. וואָס זאָל איך גיין ווײַט נאָך אַ דוגמא? ניט לאַנג צוריק איז דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אַרויס מיט זײַן יערלעכער רעדע וועגן דעם מצבֿ פֿון דער מדינה. האָט די רעדע געטראָגן אין זיך אַ ביסל סענטימענטאַלקייט, אָבער דערנאָך איז אַרויס דער רעפּובליקאַנישער ענטפֿער, מצד קעטי מאַקמאָריס ראָדזשערס, און איך האָב זיך ממש איבערגעשראָקן, אַז דער טעפּעך אונטער מײַן טעלעוויזאָר וועט מען מוזן אַרויסוואַרפֿן, אַזוי פֿיל שמאַלץ האָט זיך געגאָסן פֿון דעם עקראַן.
אין רוסלאַנד איז סענטימענטאַלקייט פֿון דעם שניט ווייניקער פֿאַרשפּרייט. זיי האָבן דאָרטן אַן אַנדער משוגעת, דהײַנו: געשיכטע. און דאָס שאַפֿט אַ געוואַלדיקן אונטערשייד מיט, אַ שטייגער, אַמעריקע. געשיכטע גייט אָן זייער ווייניק דעם אַמעריקאַנער עולם. די נאַציע טראָגט זיך אַרום מיט דעם „אַמעריקאַנער חלום‟. וואָס דאָס איז אַזוינס? קיין קלאָרע דעפֿיניציע איז, דאַכט זיך, ניטאָ. דאָס איז ווי דער אַמאָליקער „סאָציאַליסטישער רעאַליזם‟ אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וואָס איז אויך געווען זייער אַ פֿאַרנעפּלטער באַגריף. אַזוי צי אַזוי, ווערט דער וועקטאָר פֿון „אַמעריקאַנער חלום‟ געצילט ניט אין דעם עבֿר, נאָר אין דעם עתיד; אויף דעם ווערט געבויט די אידעאָלאָגיע פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן — per aspera ad astra, דאָס הייסט, דורך שוועריקייטן צו די שטערן, אָדער, נאָך בעסער — דורך שוועריקייטן צו ווערן אַ „סטאַר‟.
רוסלאַנד, אָבער, בויט די אידעאָלאָגיע פֿונעם לעבן אויף דער אַמאָליקער דערפֿאַרונג, זי מוז פֿאַראייניקן דאָס פֿאָלק און מאַכן גרינגער דעם פּראָצעס פֿון בײַקומען די הײַנטיקע שוועריקייטן. באַזונדערס שטאַרק איז די ראָלע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה אָדער, ווי זי ווערט דאָרטן גערופֿן, דער „גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה‟. ס‘איז אויסגעוואַקסן אַ מין רעליגיע פֿון נצחון איבער די דײַטשן. דער טעלעוויזיע-עקראַן איז שטענדיק פֿול מיט פֿילמען, כּלערליי אַנדערע פּראָגראַמען און רעפּאָרטאַזשן פֿון הײַנטיקע אָנדענק-אונטערנעמונגען, געווידמעט דער מלחמה.
לעצטנס, איז די צענטראַלע טעמע געווען די בלאָקאַדע פֿון לענינגראַד. מע האָט אָפּגעמערקט 70 יאָר זינט דעם סוף פֿון דער בלאָקאַדע, אין וועלכער עס זײַנען אומגעקומען בערך אַ מיליאָן סאָוועטישע מענטשן, דער עיקר, געוויינטלעכע תּושבֿים פֿון דער שטאָט, וועלכע זײַנען געשטאָרבן, ווײַל זיי האָבן ניט געהאַט וואָס צו עסן. אין די צערעמאָניאַלע אונטערנעמונגען האָט זיך באַטייליקט דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, אַליין אַ לענינגראַדער און אַ זון פֿון אַ סאָלדאַט אויפֿן לענינגראַדער פֿראָנט. די טעלעוויזיע האָט געוויזן גאָר נײַע פֿילמען, געמאַכט צו דער דאָזיקער דאַטע.
אין דײַטשלאַנד, אין דעם בונדעסטאַג, האָט דער 95־יאָריקער רוסישער שרײַבער (און אַ ייִד) דניאל גראַנין, וואָס האָט געקעמפֿט אויפֿן לענינגראַדער פֿראָנט, דערציילט אין משך פֿון אַ שעה שרעקלעכע עפּיזאָדן פֿון יענער צײַט. למשל, ווי אַ מאַמע האָט געהאָדעוועט (און אַזוי געראַטעוועט) איר טאָכטער מיט פֿלייש פֿון איר פֿאַרשטאָרבן קליין קינד. דערנאָך האָט גראַנין זיך געטראָפֿן מיטן געוועזענעם קאַנצלער פֿון דײַטשלאַנד העלמוט שמידט, וואָס איז אויך געווען אויפֿן לענינגראַדער פֿראָנט, אָבער אויף דער צד־שכּנגד.
בינו-לבינו, האָט זיך אין רוסלאַנד אָנגעהויבן אַן אמתער פּאָליטישער שטורעם, אַרויסגערופֿן דורך אַן אויספֿרעג, אָרגאַניזירט מצד דעם טעלעוויזיע-קאַנאַל „דאָזשד‟, וואָס מיינט „רעגן‟. די פֿראַגע האָט מען פֿאָרמולירט אַזוי: „צי איז כּדאַי געווען אָפּצוגעבן [די דײַטשן] לענינגראַד, כּדי צו ראַטעווען הונדערטער טויזנטער מענטשלעכע לעבנס?‟ — קיין אמתער אויספֿרעג איז ניט דורכגעפֿירט געוואָרן, ווײַל מע האָט עס אָפּגעשטעלט מיט צוואַנציק מינוט שפּעטער. אָבער די דאָזיקע מינוטן קאָסטן דעם קאַנאַל זייער טײַער און ס‘איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז ער וועט ניט איבערלעבן דעם קריזיס.
„דאָזשד‟ איז דער איינציקער פּאָפּולערער אומאָפּהענגיקער טעלעוויזיע-קאַנאַל, וואָס קריטיקירט רעגולער פּוטינען און זײַן רעגירונג, ווי אויך דעם פּאַרלאַמענט. דאָרטן האָבן געפֿונען אַ מקום-מיקלט די זשורנאַליסטן, וועלכע מע לאָזט ניט צו צו די קאַנאַלן אונטער דער מלוכישער השגחה. די מלוכה-לײַט האָבן שוין לאַנג אַ האַרץ אויף דעם קאַנאַל און זוכן אַ תּירוץ, כּדי אים דערקוועטשן. איצט האָבן זיי באַקומען אַן „אײַזערנעם‟ תּירוץ, ווײַל אַזאַ פֿראַגע ווערט קלאַסיפֿיצירט ווי אַ מין חילול-השם. ווי אַ פּועל-יוצא, האָבן אַ צאָל קאָמפּאַניעס, וואָס קאָנטראָלירן די טעלעוויזיע-נעץ אין רוסלאַנד, אויפֿגעהערט צו ווײַזן די פּראָגראַמען פֿון „דאָזשד‟. מיט אַנדערע ווערטער, ס‘ווערט ליקווידירט די פֿאַרבינדונג מיטן צוקוקער.
אין רוסלאַנד גופֿא הערט מען ניט און מען זעט ניט קיין שטאַרקע שטיצע, אַרויסגעוויזן דעם „דאָזשד‟ מצד זייערע קאָלעגן, צי אַנדערע געזעלשאַפֿטלעכע כּוחות. אָדער מע האָט מורא צו פֿאַרפֿירן זיך מיט פּוטינס איסטעבלישמענט, אָדער מע איז מסכּים מיט די דערקוועטשערס פֿון דער לעצטער אומאָפּהענגיקער טעלעוויזיע-אַרענע. דעם 31סטן יאַנואַר האָט דער ישׂראלדיקער רוסיש-שפּראַכיקער „9טער קאַנאַל‟ דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג, דער ציל פֿון וועלכן איז געווען אַרויסצוּווײַזן סאָלידאַריטעט מיטן „דאָזשד‟. די פֿראַגע האָט מען בכּיוון אויסגעקליבן אַ קאָנטראָווערסאַלע: „צי האַלט איר, אַז די אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן אַליין פּראָוואָצירט דעם חורבן?‟ — און מע האָט דערמאָנט די צושויער וואָלטערס ווערטער: „איך קען ניט מסכּים זײַן מיט אײַער מיינונג, אָבער איך בין גרייט אָפּצוגעבן מײַן לעבן פֿאַר אײַער רעכט עס אַרויסצוזאָגן‟.
מײַן אייגענע מיינונג איז אַזאַ: דאָס איז געווען אַ גרויסע נאַרישקייט אַרויסצוקומען מיט אַזאַ אויספֿרעג. די פֿראַגע איז, בלי-ספֿק, אַ לעגיטימע, אָבער זי קען, דערווײַל לכל-הפּחות, אַרומגערעדט און אַנאַליזירט ווערן, קודם-כּל, אין דעם קרײַז פֿון ספּעציאַליסטן. דעם ברייטן עולם טראָגט מען אונטער פֿעסטע באַווײַזן. און מע דאַרף געדענקען, אַז דער וועג פֿון דער אַקאַדעמישער געשיכטע צו לעגענדעס, מיט וועלכע עס האָדעוועט זיך בדרך-כּלל דער ברייטער עולם, איז תּמיד זייער אַ דערנערדיקער. גלײַכצײַטיק, האָף איך, אַז דער „דאָזשד‟ וועט פֿון דערסטוועגן ניט אָפּגעשטעלט ווערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.