גרעסטער דענישער באַנק בויקאָטירט „בנק־הפּועלים‟

Denmark‘s Largest Bank Boycotts Israel‘s Bank Hapoalim


פֿון ייִט״אַ

Published February 04, 2014, issue of February 28, 2014.

„דאַנסקע באַנק‟, דער גרעסטער באַנק אין דענמאַרק, האָט געמאָלדן, אַז ער וועט מער נישט פֿירן קיין געשעפֿטן מיטן גרעסטן באַנק אין ישׂראל, „בנק הפּועלים‟.

„דאַנסקע באַנק‟ האָט דערקלערט, אַז די סיבה דערפֿון איז די ראָלע, וואָס „בנק הפּועלים‟ שפּילט אין די בוי־פּראָיעקן אויפֿן מערבֿ־ברעג, „וואָס קומען אין קאָנפֿליקט מיטן אינטערנאַציאָנאַלן הומאַניטאַרן געזעץ‟. אין 2010 האָט דער באַנק געגעבן אָנצוהערן וועגן זײַן אומצופֿרידנקייט מיט דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, ווען ער האָט אויסגעשלאָסן די פֿירמעס Africa Israel און Dabya Cebus פֿון זײַן ליסטע פֿירמעס, מיט וועמען דער באַנק פֿירט געשעפֿטן. אינעם זעלבן יאָר האָט „דאַנסקע באַנק‟ אויך איבערגעריסן די געשעפֿטן מיטן ישׂראלדיקן שוץ־קאָנטראַקטאָר „אלבית‟, צוליב דער פֿירמעס ראָלע אינעם „צושטעלן עלעקטראָנישע אויסשטאַטונג אין קאָנפֿליקט מיט די נאָרמעס פֿון מענטשנרעכט‟.

„דאַנסקע באַנק‟ האָט אַ רשימה פֿון 33 פֿירמעס מיט וועמען ער זאָגט זיך אָפּ צו האַנדלען; פֿיר פֿון זיי זענען ישׂראלדיקע. אַ מלוכישער פּענסיע־פֿאָנד אין נאָרוועגיע האָט די וואָך אויך איבערגעריסן זײַנע געשעפֿטן מיט די ישׂראלדיקע פֿירמעס.

מיט אַ טאָג פֿריִער האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער, בנימין נתניהו, קריקטירט דעם אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר דזשאָן קערי פֿאַר האָבן געוואָרנט, אַז ישׂראל וועט באַדראָט ווערן פֿון נאָך מער אינטערנאַציאָנאַלע בויקאָטן, טאָמער וועט דער „שלום־פּראָצעס‟ נישט מצליח זײַן.

„די באַמיִונגען אַרויפֿצוצווינגען אַ בויקאָט אויף מדינת־ישׂראל זענען אוממאָראַליש און אומיושרדיק,‟ האָט נתניהו געזאָגט זונטיק בײַם אָנהייב פֿון דער וועכנטלעכער קאַבינעט־זיצונג. „ווי עס איז, וועלן זיי סײַ־ווי נישט דערגרייכן זייער ציל.‟

נתניהו האָט באַטאָנט, אַז די בויקאָטן וועלן נאָך מער דערווײַטערן דעם שלום־פּראָצעס, ווײַל זיי וועלן איבערצײַגן די פּאַלעסטינער „צו ווערן נאָך מער אומבייגעוודיק‟. „ס׳מאַכט נישט אויס, וויפֿל מע דריקט אויף מיר, וועל איך נישט איגנאָרירן די אינטערעסן פֿון מדינת־ישׂראל, און בפֿרט די זיכערהייט פֿון אירע בירגער,‟ האָט נתניהו צוגעגעבן.