דער נײַער האָליוווּד־פֿילם Monuments Men, מיט דזשאָרדזש קלוני אין דער הויפּט־ראָלע, שילדערט די געשיכטע פֿון אַ גרופּע סאָלדאַטן, וואָס פּרעזידענט פֿרענקלין ד. רוזוועלט האָט געשיקט קיין דײַטשלאַנד מיט אַ געהיימען שליחות: צו ראַטעווען די קונסטווערק, וואָס די נאַציס האָבן צוגעגנבֿעט, און עס אומקערן צו די געהעריקע אייגנטימער.
אין דער אמתן, האָבן אָט די סאָלדאַטן — די „מאָנומענטן־לײַט‟, ווי מע האָט זיי דעמאָלט גערופֿן — אויך געשפּילט אַ ראָלע בײַם ראַטעווען אַ וויכטיקן טייל פֿון די ייִוואָ־אַרכיוון, וואָס די נאַציס האָבן צוגעגנבֿעט. די אַמעריקאַנער בריגאַדעס, באַקאַנט ווי די MFA&A (מאָנומענטן, פֿײַנע קונסט און אַרכיוון) זענען, פֿאַרשטעלטע, געפֿאָרן פֿון שטאָט צו שטאָט איבער אייראָפּע, סײַ במשך פֿון דער מלחמה, סײַ נאָך דעם, זוכנדיק די קולטורעלע מאַטעריאַלן, וואָס די נאַציס האָבן צוגעלקחנט.
ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט ווילנע, האָבן זיי געמאַכט אָבלאַוועס אויף אָן אַ שיעור אַרכיוון, ביבליאָטעקן און מוזייען, כּדי צו גנבֿענען טײַערע ביכער, דאָקומענטן און קונסטווערק. דער ציל איז געווען צו גרינדן אַ מוזיי פֿונעם „פֿאַרטיליקטן‟ ייִדישן פֿאָלק, מיטן נאָמען, „אינסטיטוט פֿאַר שטודירן די ייִדישע פֿראַגע‟. אין אַ מאָדנעם צופֿאַל, איז דער בנין וואָס די נאַציס האָבן געניצט צו זאַמלען זייערע טײַערע גנבֿות, טאַקע געווען דער ייִוואָ־בנין.
בשעת די נאַציס האָבן געזאַמלט די צוגעראַבעוועטע אוצרות פֿון דער טויזנט־יאָריקער ייִדישער קולטור אין אייראָפּע, האָבן זיי זיך גענייטיקט אין פֿיל־שפּראַכיקע לײַט צו סאָרטירן די מאַטעריאַלן. האָבן זיי געצוווּנגען אַ גרופּע ייִדישע געלערנטע און שרײַבער פֿון דער ווילנער געטאָ צו קלאַסיפֿיצירן די מאַטעריאַלן און זיי צוגרייטן צו שיקן קיין דײַטשלאַנד.
די ייִדן, וואָס האָבן דורכגעפֿירט די אַרבעט, האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די ייִוואָ־אַרכיוון, וואָס געפֿינען זיך נאָך אַלץ אינעם בנין, זענען אין אַ סכּנה. האָבן אַ טייל פֿון זיי יעדן טאָג באַהאַלטן אַרכיוואַלע דאָקומענטן אונטער זייערע קליידער און זיי באַגראָבן אין געטאָ, מיטן ציל זיי ווידער אויפֿצוגראָבן נאָך דער מלחמה. די אײַנוווינער פֿון דער געטאָ האָבן גערופֿן די קולטור־ראַטירער „די פּאַפּיר־בריגאַדע‟.
צום באַדויערן, האָבן ס׳רובֿ פֿון די העלדן נישט איבערגעלעבט די מלחמה. אָבער צוויי פֿון זיי — די פּאָעטן אַבֿרהם סוצקעווער און שמערקע קאַטשערגינסקי — זענען יאָ אַנטלאָפֿן. צוויי וואָכן נאָך דעם ווי די נאַציס האָבן זיך צוריקגעצויגן פֿון ווילנע, אין יולי 1944, האָבן די צוויי פּאָעטן געגרינדעט דעם ערשטן ייִדישן מוזיי אין אייראָפּע, וואָס איז באַשטאַנען נישט בלויז פֿון די אויסגעגראָבענע מאַטעריאַלן, אָבער אויך פֿון 20 טאָן אַרכיוואַלע חפֿצים, וואָס מע האָט געפֿונען אין אַ פּאַפּיר־מיל, און נאָך אַ באַרג מאַטעריאַלן אין אַ מיסטגרוב.
נאָך דער מלחמה האָבן רוזוועלטס „מאָנומענטן־לײַט‟ געפֿונען אַ סך מער ייִוואָ־מאַטעריאַלן אינעם „אָפֿענבאַכער אַרכיוו-לאַגער‟ אין פֿראַנקפֿורט.
אין 1946 האָט שמעון ריפֿקינד, דער עצה־געבער פֿון ייִדישע ענינים בײַם גענעראַל דווײַט אײַזענהאָוער, באַשטימט איינעם פֿון די „מאָנומענטן־לײַט‟, אויפֿצופּאַסן אויף די וויכטיקע ייִדישע אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן. צוזאַמען מיטן „דזשוינט‟, האָט מען באַשלאָסן צו שיקן די ביכער אין די ביבליאָטעקן פֿון די „די־פּי‟־לאַגערן. די היסטאָריקערין, לוסי דאַווידאָוויטש, האָט זיך אויך אָנגעשלאָסן אין דער אַרבעט. צווישן די מאַטעריאַלן וואָס זי האָט דאָרט געפֿונען, זענען געווען זעלטענע זאַמלונגען וועגן דער געשיכטע און עטנאָגראַפֿיע פֿון די ייִדן אין ווילנע; מאַטעריאַלן וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור; פֿאָטאָגראַפֿיעס, מוזיק־קאָלעקציעס און היסטאָרישע פּנקסים פֿון ייִדישע שטעט און שטעטלעך.
דער ייִוואָ־בנין איז בעת דער מלחמה חרובֿ געוואָרן, איז טאַקע אַ נס, וואָס די אַרכיוון זענען געבליבן גאַנץ. דזשאָרדזש קלוניס פֿילם דערציילט נישט די געשיכטע פֿון די געראַטעוועטע ייִוואָ־מאַטעריאַלן, אָבער אַ דאַנק דער הילף פֿון די „מאָנומענטן־לײַט‟, האָט די פּאַפּיר־בריגאַדע פֿאַרזיכערט, אַז אַ גרויסער טייל פֿון זייער קולטור־ירושה זאָל איבערלעבן דעם גיהנום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.