צי איז גענוג צײַט שוין פֿאַרבײַ, אַז פֿאָרשער זאָלן קענען מיט קלאָרע אויגן באַטראַכטן די אַזוי־גערופֿענע אויפֿלעבונג פֿון דער קלעזמער־מוזיק און ייִדיש געזאַנג, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אין די סוף 1970ער יאָרן? עס זעט אויס, אַז צוויי פֿאָרשערינס, ד”ר אַבֿיגיל וווּד פֿון ענגלאַנד און ד”ר מאַגדאַלענאַ וואַליגאָרסקאַ פֿון דײַטשלאַנד האַלטן, אַז יאָ; ס’איז שוין געקומען די צײַט צו באַטראַכטן דעם אינטערעסאַנטן געזעלשאַפֿטלעכן פֿענאָמען. זיי האָבן זיך אַרײַנגעוואָרפֿן מיט לײַב און לעבן אין דער יונגער קלעזמער־ און ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה, כּדי צו פֿאַרשטיין די אויפֿלעבונג, און זייערע אָבסערוואַציעס און אַנאַליז האָבן זיי אַרויסגעגעבן אין צוויי נײַע ביכער.
וווּדס בוך וועגן דעם הײַנטצײַטיקן געזאַנג אויף ייִדיש הייסט „And We’re All Brothers: Singing in Yiddish in Contemporary North America” [און מיר זענען אַלע ברידער: דאָס געזאַנג אויף ייִדיש אין דער הײַנטיקער אַמעריקע]. ד”ר וווּד איז יאָרן לאַנג געווען אַ פּראָפֿעסאָרקע אין ענגלאַנד, אָבער זי פֿאַרנעמט הײַנט אַ נײַע אַקאַדעמישע פּאָזיציע אין חיפֿה. ד”ר וויאַליגאָרסקאַ, פּראָפֿעסאָרקע אינעם ברעמענער אוניווערסיטעט אין דײַטשלאַנד, האָט מחבר געווען אַ בוך וועגן קלעזמער־מוזיק אין פּוילן און דײַטשלאַנד נאָכן חורבן — „Klezmer’s Afterlife” [“דער גילגול פֿון קלעזמער”]. ביידע ווערק האָבן מיט חריפֿות מחדש געווען די אַספּעקטן פֿון דער מוזיק אין איר סאָציאַלן קאָנטעקסט.
אינעם בוך „און מיר זענען אַלע ברידער” (די ערשטע שורה פֿונעם באַקאַנטן ליד פֿון מאָריס ווינטשעווסקי) האָט די מוזיקאָלאָגין וווּד באַהאַנדלט איר טעמע עטנאָגראַפֿיש. זי איז אויף עטלעכע יאָר געוואָרן אַ „ייִדישיסט‟ — שטודירט די שפּראַך אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם; זיך באַטייליקט אינעם ניו־יאָרקער „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟, און אין כּלערליי קלעזמער־ און ייִדיש־פֿעסטיוואַלן און וואַרשטאַטן ווי „קלעזקאַנאַדע‟, „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟, און „קלעזקעמפּ‟. זי האָט אינטערוויויִרט צענדליקער מוזיקער, זינגער און ייִדישיסטן פֿונעם ייִנגערן און דעם נישט־אַזוי־יונגן דור.
וווּד פֿאַרגלײַכט פֿאַרשיידענע פּרטים פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן געזאַנג מיטן געזאַנג פֿאַרן חורבן. אַמאָל האָבן די קינדער זיך אויסגעלערנט די לידער פֿון דער מאַמען; נאָכן חורבן האָט מען זיך אויסגעלערנט די לידער פֿון אַ פֿאָלקלאָריסט, ווי, למשל, רות רובין. נאָך אַ משל — „דער גאַנצער געדאַנק פֿון געזאַנג־ביכער און דאָס אויספֿורעמען פֿון אַ סטאַנדאַרטן רעפּערטואַר לידער, האָט זיך שוין אָנגעהויבן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, אָבער ער האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. וועלכער ייִדישער זינגער הײַנט קען זיך באַגיין אָן די דרײַ „מלאָטעק־ביכער‟?
וווּד שטעלט דעם טראָפּ אויף דרײַ זינגערס — מיישקע אַלפּערט, לאָרין סקלאַמבערג און אַדריאַן קופּער — פּראָמינענטע פֿיגורן אינעם קלעזמער־אויפֿלעב. יעדערער פֿון זיי האָט אַן אַנדער צוגאַנג צו זייער אייגענעם געזאַנג, צום לערנען מיט אַנדערע, פֿאָרצושטעלן ייִדישע מוזיק פֿאַר נישט־ייִדן און צו מוזיק בכלל. אין אַ קאַפּיטל וועגן דער השפּעה פֿון דער חסידישער מוזיק אויף דער קלעזמער־וועלט האָט וווּד אינטערוויויִרט סרולי דרעזדנער און פֿרענק לאָנדאָן; דער ערשטער באַציט זיך צו דער מוזיק ווי אַ געוועזענער חסיד, וואָס האָט פֿאַרלאָזט חסידות און פֿרומקייט, אָבער האַלט נאָך טײַער די מוזיק; דער צווייטער, ווי אַ דרויסנדיקער, וואָס וויל אָבער אַרויסהייבן די גײַסטיקייט פֿון די ניגונים. צום סוף פֿונעם בוך שרײַבט וווּד וועגן דעם ייִדישן זינגער און קאָמפּאָזיטאָר „סאָקאָלד‟, און זײַן באַניץ פֿון דער נײַסטער טעכנאָלאָגיע.
אַ גאַסט אויף אַ ווײַל זעט אויף אַ מײַל איז אַ ייִדיש ווערטל, און די גרעסטע מעלה פֿון „און מיר זענען אַלע ברידער‟ באַשטייט אין וווּדס אַרײַנבליקן אין אונדזער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה, וואָס מיר, וועלכע לעבן זיך אויס טאָג־אײַן, טאָג־אויס אין איר, באַמערקן עס נישט. די סך־הכּלען וואָס קומען אַרויס פֿון דער פֿאָרשונג, צײַגן איבער דעם לייענער, אַז ס’איז אונדז נישט אַזוי שלעכט ווי מיר מיינען, וואָס שייך, חכמה, שאַפֿערישקייט און אונטערנעמונג־גײַסט אין דער ייִדישער מוזיקאַלישער סבֿיבֿה.
„דעם קלעזמערס גילגול” איז אויך אַן עטנאָגראַפֿיע אָבער מאַגדאַלענאַ וואַליגאָרסקאַ איז טעאָרעטיש טיפֿער און מער קאָמפּליצירט. זי האָט אויך אינטערוויויִרט צענדליקער מוזיקער, קולטור־טוער און כּלל־טוער, דער עיקר, אין קראָקע און בערלין; צוויי שטעט, וועלכע זענען געוואָרן צענטערס פֿון דער אייראָפּעיִשער קלעזמער־אויפֿלעבונג. זי הייבט אַרויס, אַז די דײַטשע און פּוילישע נישט־ייִדישע קלעזמאָרים ווילן נישט בלויז אויפֿלעבן די פֿאַרמלחמהדיקע קלעזמער־מוזיק, נאָר שאַפֿן אַ גאַנץ נײַעם מין מוזיק פֿאַר אַ נישט־ייִדישן דײַטשן און פּוילישן עולם.
די קריטיקער האָבן געוויינטלעך אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט פֿון דער הײַנטיקער אייראָפּעיִשער קלעזמער־מוזיק, ווי „נישט־עכט‟, אַ טערמין וואָס, אין תּוך, מיינט כּמעט גאָרנישט. מען האָט אויך מיט 100 יאָר צוריק געקוקט אויף דער קלעזמער־מוזיק ווי „נישט־עכט‟ — אַ מישמאַש פֿון רומענישער, ציגײַנערישער, פּוילישער און רוסישער מוזיק. וואַליגאָרסקאַ איז נישט קיין מוזיקאָלאָגין; זי איז אַ סאָציאָלאָגין, אַ קולטור־היסטאָריקערין, וואָס וויל פֿאַרשטיין דאָס ברייטערע בילד פֿונעם קלעזמער־אויפֿלעב אין פּוילן און דײַטשלאַנד. האָט זי אויסגעפֿאָרשט די באַציִונגען צווישן די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן און די אָרטיקע ייִדישע קהילות, צווישן די ייִדישע און נישט־ייִדישע מוזיקער, און ווי מע קוקט אויף די ייִדן הײַנט, ווי אַ רעזולטאַט פֿון די פֿעסטיוואַלן אין די לענדער, וווּ קיין סך ייִדן זענען נישט געבליבן.
די אינטערעסאַנטסטע פֿראַגע בלײַבט אָבער פֿאַר וואָס? — פֿאַר וואָס איז די קלעזמער־מוזיק געוואָרן אַזוי באַליבט בײַ די נישט־ייִדישע מוזיקער און בײַ דעם נישט־ייִדישן עולם? איר אַנאַליז נעמט אַרום היסטאָרישע, פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע כּוחות און מאַכט קלאָר עטלעכע פּראָבלעמען, וואָס האָבן שוין לאַנג גענאָגט בײַם הײַנטיקן ליבהאָבער פֿון דער „עכטער‟ ייִדישער קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.