אפֿשר איז שולדיק דערין דער שלום־פּראָצעס, וואָס גייט אָן גאָט ווייסט וווּהין, און ציט אויס די נשמה; אפֿשר ווײַל עס איז נישטאָ וואָס צו זען אין דער טעלעוויזאָר; אָדער גלאַט אַזוי, עס בענקט זיך נאָך אַ זאַפֿטיקער קריגערײַ, אַ מהומה מענטשן זאָלן קענען „טאָקבעקן‟ וועגן איר ביז אין דעם העלן טאָג אַרײַן, אַרויסשפּײַען די גאַל אויף יענעם… ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט זיך גאָר אַנומלטן צעפֿלאַקערט דער אומענדלעכער קריג צווישן „לינקס‟ און „רעכטס‟, און ווי עס פֿירט זיך אין אַזוינע מלחמות, מישן זיך די אַרגומענטן „פֿאַר‟ און „קעגן‟ מיט שאינו מינם — די שדים שפּרינגען אַרויס און נעמען זיך האַסטיק טאַנצן אין אַ קאַראַהאָד; וועלטלעכע קעגן רעליגיעזע, פּעריפֿעריע קעגן תּל-אָבֿיבֿ, אַשכּנזים קעגן מזרחישע.
גלייבט נישט די גלאַטע צונגען, די פֿאַרשליפֿענע פֿעדערן, די האַלב-געבאַקענע, אָפּגעריבענע פֿילאָסאָפֿישע רייד וועגן פֿרײַהייט פֿון וואָרט: די פֿרײַהייט איז נאָר פֿאַר זיך און די אייגענע; די מײַלער פֿון די אַנדערע דאַרף מע גוט-גוט פֿאַרשטאָפּן, באַשטראָפֿן זיי פֿאַר זייערע געדאַנקען.
די פֿאַקטן זענען אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט אויסגעקנאָטן געוואָרן, ביז די מענטשלעכקייט איז ווי פֿאַרגעסן געוואָרן. די פּראָפֿעסיאָנעלע אַרײַנזאָגער האָבן פֿאַרגעסן, אַז עס קען גרײַלעך זײַן, אַז דווקא אין דער אונטערשטער שורה שטעקט דער עיקר.
וואָס זשע האָט דאָס מאָל אָנגעצונדן דאָס פֿײַער?
די גאַנצע פּרשה האָט זיך אָנגעהויבן דערמיט, וואָס אַ שילערין, אַ זיבעצן-יאָריקע מויד האָט געשיקט צו דעם בילדונגס-מיניסטער אַ קלאָג-בריוו, וווּ זי באַשולדיקט איר לינקס־געשטימטן לערער אין דעם, וואָס ער האָט זיך אויסגעדריקט זייער שאַרף קעגן צה”ל, טענהנדיק, אַז דאָס לאַנד געהערט צו די אַראַבער, און די ייִדן זענען אָנגעקומענע. לויט איר, האָט דער לערער אויסגענוצט זײַן פּאָזיציע, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן עקסטרעמע דעות צווישן זײַנע תּלמידים.
עס דאַכט זיך, אַז דער בריוו איז צוגעשיקט געוואָרן נאָכדעם, וואָס עס זענען שוין פֿאָרגעקומען עטלעכע „צוזאַמענשטויסן‟ צווישן אָט דעם לערער און זײַנע תּלמידה. צוויי מאָל האָבן זיך די קריגערײַען פֿאַרענדיקט אין דעם צימער פֿונעם דירעקטאָר.
די תּלמידה, לויט איר דערקלערונג, אײַנזעענדיק, אַז עס קומט נישט קיין ענטפֿער פֿון דעם בילדונגס-מיניסטער, האָט געשיקט דעם זעלבן בריוו, צו דעם עקסטרעם-רעכטן פּאָליטיקער, מיכאל בן-אַרי. ער האָט, פֿון זײַט זײַט, פֿאַרעפֿנטלעכט דעם בריוו אין זײַן „פֿייסבוק‟; און אַזוי ווי „פֿייסבוק‟ דינט הײַנט ווי די גאַס, די שיל און מיקווה צוזאַמען גענומען, האָט די ידיעה וועגן דער פּרשה אויסגעשפּרייט די פֿליגלעך און זיך געלאָזט אין דער וועלט אַרײַן צו מאַכן אַ וואַקכאַנאַליע.
פֿון אַ קריגערײַ צווישן אַ לערער און אַ תּלמידה, ווי מיאוס, קרום און עקלדיק זי זאָל נישט זײַן, איז געשאַפֿן געוואָרן אַ גולם, וואָס איז פֿיל גרעסער פֿון דער פּרשה אַליין.
אַז מע לייענט די צײַטונג „האָרץ‟ אָדער די לינקע בלאָגערס, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז מדינת-ישׂראל איז אַ געמויזעכץ, פֿול מיט פֿאַשיסטן, מעקאַרטיסטן, פֿײַנט פֿון פֿרײַהייט, פֿינצטערלינגען.
אַז מע קוקט פֿון לינקס, זעט מען דאָס פֿאָלגנדיקע: די פּרשה איז אַ בלוט-בילבול, דער לערער — איז אַ צווייטער דרײַפֿוס, אַ כוואַליע פֿון מחשבֿות-טעראָר ווישט אָפּ דאָס לאַנד, ישׂראל איז משונה ענלעך אויף יאַפּאַן אין די 1930ער יאָרן (נישט צו דײַטשלאַנד, ווי געוויינטלעך), טאָטאַליטאַריזם פֿון אויבן גיסט זיך צונויף מיטן טאָטאַליטאַריזם פֿון אונטן, און דערטרונקען יעדן וואָס געפֿינט זיך אויפֿן צד־שכּנגד. די אָפּרופֿן אויף דער פּרשה זענען אַראָפּ פֿון די רעלסן, די פּראָפּאָרצן זענען אַוועק מיטן רויך.
עס חידושט מיך, וואָס קיינער צווישן די לינקע שרײַבער, וואָס האָבן געוויינטלעך אַ ברייט האַרץ פֿאַר אַ אַ פֿרעמדן ווייטיק, האָבן פֿאַרזען אָט די שורות פֿון דער תּלמידהס בריוו: „אַז איך האָב אויסגעדריקט מײַן מיינונג און געזאָגט אים [דעם לערער — ע.ק.], אַז איך בין נישט מסכּים מיט זײַנע מיינונגען, האָט ער זיך צעלאַכט און געזאָגט מיר: ׳פֿון דײַן זײַט, הרגנען אַלע אַראַבער, איז דאָס וואָס דו ווילסט׳. אַוודאי, איז עס נישט מײַן כּוונה, און איך האָב דאָס אים דערקלערט, אָבער ער האָט זיך געמאַכט נישט־הערנדיק, און האָט ממשיך געווען מיך צו פֿאַרפּלאָגן פֿאַרן גאַנצן קלאַס. אַז איך האָב זיך געווענדט צו דעם לײַטער האָט אָדם [דעם לערער — ע.ק.] מודה געווען, אַז ער האָט אָפּגעחוזקט פֿון מיר און זיך אַנטשולדיקט‟.
אַוודאי, מוז מען נישט אַלץ אָננעמען פֿאַרן ריינעם אמת, תּורת-משה. פֿון דעסטוועגן, דרינגט דערפֿון אַרויס, אַז אַ לערער שטעלט זײַנע אייגענע פּאָליטישע איבערצײַגונגען העכער פֿון זײַן עטיק? ער גיט דאָך, אייגנטלעך, נישט אָפּ קיין כּבֿוד יענעם? זײַן אמת פֿאַרבלענדט אים אַזוי ווײַט, אַז ער ניצט אויס זײַן פּאָזיציע ווי אַ לערער, ווי אַ דעה-זאָגער, כּדי אונטערצודריקן אַ זיבעצן-יאָריקע מויד?
יאָ, ווײַזט אויס, אַז די פּאָליטישע דעות פֿון דער תּלמידה זענען ווײַט-רעכט. עס קען אַפֿילו זײַן, אַז זי אַליין האָט עקסטרעמע אָדער זייער עקסטרעמע דעות. עס קען זײַן, אַז זי האָט אַ מויל אויף שרויפֿן, אַ פֿײַערדיקן כאַראַקטער און זי לאָזט זיך נישט שפּײַען אין קאַשע. ווי עס זאָל נישט זײַן, וואַרפֿט זיך אין די אויגן, אַז זי האָט געזאָגט דעם אמת — דעם לערערס אויפֿפֿירונג צו איר איז נישט קיין ריכטיקער. מע טאָר נישט פֿאַרגעסן, אַז דער לערער און די תּלמידים שטייען נישט אויף דעם זעלבן שטאַפּל: ער איז מחויבֿ צו באַהאַנדלען די תּלמידים מיט דרך-ארץ, זיכער נישט אָפּלאַכן פֿון זיי, זיכער נישט ציִען די סטרונע ביז צום פּלאַצן.
עס שטעלט זיך די פֿראַגע, אויב אַ לערער וואָס איז נישט מסוגל גובֿר צו זײַן זײַן יצר-הרע צו פּלאָגן מענטשן, וואָס האָבן אַנדערע דעות, און צו מאָל דעות, וואָס ער נעמט אָן ווי געפֿערלעכע; צי קאָן אַזאַ מענטש זײַן אַ לערער אין אַ קלאַס מיט קינדער?!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.