די דײַטשישע צײַטונג „רײַן-צײַטונג‟ האָט פֿאַרעפֿענטלעכט אַן אַרטיקל וועגן די דײַטשישע ייִדן, וואָס זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין סאָביבאָר.
STOLPERSTEINE ERRINERN AN OPFER — „שטיינערנע טאָוולען אין אָנדענק פֿון די קרבנות‟. אָנגעשריבן האָט דעם טעקסט אַ 19־יאָריקער זשורנאַליסט מיטן נאָמען פּאַטריק גראָסע.
גראָסע דערמאָנט אין זײַן אַרטיקל, אַז „אין יאָר 1943 איז אומגעקומען מאַרטין מאַיער אינעם פּוילישן טויט-לאַגער סאָביבאָר. ער איז געווען 66 יאָר אַלט‟. די פּוילישע דיפּלאָמאַטן האָבן גלײַך פּראָטעסטירט. זיי האָבן געפֿאָדערט, אַז די צײַטונג זאָל זיך אַנטשולדיקן פֿאַר דעם באַגריף „פּוילישער טויט־לאַגער‟.
נישט נאָר די פּאָליאַקן. דער פֿאַראיין פֿון דײַטשישע היסטאָריקער האָט פּראָטעסטירט בזה־הלשון:
Der Verband von Historiker und Historikerinend Deutshland’s kritisiert formuliurungen wie ‘Polnische Koncentrazionslager’ als umwoerter die falsche Vorstellungen von der Verantwortung fuer National Sozialistische Verbrechen sugerieren.
„אומוואָרט‟ איז אויף דײַטש אַן איידעלער סינאָנים פֿאַר ליגן. הייסט עס, אַז די וואָס רעדן וועגן פּוילישע לאַגערן, מאַכן אַן אָנשטעל, אַז די טויט־לאַגערן אין דער צווייטער וועלט-מלחמה אויפֿן אָקופּירטן פּוילן, זענען נישט געווען דײַטשישע, נאָר פּוילישע. לויט דער דאָזיקער טערמינאָלאָגיע זענען די פּאָליאַקן, און נישט די דײַטשן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן חורבן.
די „רײַן-צײַטונג‟ האָט זיך טאַקע אַנטשולדיקט פֿאַרן טעות: „אונדזער זשורנאַליסט האָט געוואָלט אינפֿאָרמירן די לייענער, אַז דער לאַגער געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון פּוילן. סע וואָלט געווען אָבער אַ טעות צו האַלטן, אַז די פּאָליאַקן האָבן געבויט דעם לאַגער. דער אמת איז, אַז סאָביבאָר איז געווען אַ נאַצי־לאַגער אינעם אָקופּירטן פּוילן‟ — האָט די צײַטונג שפּעטער דערקלערט.
דער רעדאַקטאָר, קריסטיאַן לינדנער, האָט באַדאַנקט דעם פּוילישן קאָנסול אין קעלן פֿאַרן פֿאַרריכטן דעם טעות. ער האָט אויך באַטאָנט, אַז די צײַטונג האָט נישט געהאַט בדעה צו פֿאַרשפּרייטן די טעזע, אַז די פּאָליאַקן, און נישט די דײַטשן, זענען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן חורבן.
דער פּוילישער אויסערן־מיניסטעריום פֿאָלגט נאָך פּובליקאַציעס אין די מעדיאַס, בעיקר, אין די מערבֿ-לענדער. ווי געזאָגט, די פּאָליאַקן פֿאָדערן, אַז מען זאָל אויסמעקן די ווערטער, ווי „פּוילישע טויט-לאַגערן‟. די פּאַסיקע טערמינאָלאָגיע, לויט די פּאָליאַקן, איז — „נאַצישע דײַטשישע טויט־לאַגערן אינעם אָקופּירטן פּוילן‟.
במשך פֿון 35 יאָר האָט מען נישט דערמאָנט אין פּוילן, אַז די לאַגערן, וואָס געפֿינען זיך דאָ,ָ זענען געווען דײַטשישע לאַגערן. די סיבה? מיזרח־דײַטשלאַנד איז געווען אַן אָפֿיציעלע חבֿרטע פֿון דער פּוילישער מלוכה און מען האָט נישט געוואָלט באַליידיקן די דײַטשישע קאַמעראַדן.
חוץ דעם, האָבן די קאָמוניסטן געהאַלטן, אַז די וועלט איז נישט צעטיילט לויט די פֿעלקער, נאָר לויט קלאַסן. דערפֿאַר האָבן די קאָמוניסטן געשריבן וועגן די אַזוי-גערופֿענע „פֿאַשיסטן‟, אָנשטאָט דײַטשן. די פֿאַשיסטן האָבן געמאַכט אַלדאָס שלעכטס, נישט חלילה די דײַטשן. עס האָט געהייסן, אַז די דײַטשן טראָגן קיין שום אַחריות נישט פֿאַרן גענאָציד אין מיזרח־אייראָפּע. נאָר אַ קליינע גרופּע, פֿאַשיסטן־היטלעריסטן האָבן געטאָן שרעקלעכע זאַכן.
פֿאַשיסטן זענען, ווי באַקאַנט, איבעראַל. אין שפּאַניע, אין דײַטשלאַנד, און אין פּוילן אויך. הייסט עס, אַז פֿאַר דער קאָמוניסטישער טערמינאָלאָגיע איז נישט געווען קיין שום חילוק צווישן אַ דײַטש און אַ פּאָליאַק. וויכטיק איז געווען נאָר, אויב די מענטשן זענען גוטע קאָמוניסטן אָדער שלעכטע פֿאַשיסטן.
איצט ווילן די פּאָליאַקן יאָ, אַז די דײַטשן און נישט די פּאָלאַקן זאָלן טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן ייִדישן גענאָציד במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דערפֿאַר איז מען אין פּוילן געקומען צום אויספֿיר, אַז די ריכטיקע טערמינאָלאָגיע פֿאַר די טויט-לאַגערן דאָ אין לאַנד איז נאַציש-דײַטשישע טויט־לאַגערן.
אַ נײַע אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט אינעם וואַרשעווער ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט — „בילדער פֿון מנחם קיפּניס‟: 90 בילדער, וואָס מנחם קיפּניס האָט געמאַכט אין פּוילן צווישן ביידע וועלט-מלחמות פֿאַרן ניו-יאָרקער „פֿאָרווערטס‟.
קיפּניס איז געווען אַ רענעסאַנס־מענטש: אַ זינגער, אַ שרײַבער, אַן עטנאָגראַף און אַ כּלל-טוער. קיפּניס איז געווען במשך פֿון לאַנגע יאָרן אַן אַקטיווער מיטגליד פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן פֿאַראיין, וואָס זײַן קלוב איז געווען אויף דער טלאָמאַצקע־גאַס, נומער 13.
אומגעקומען איז ער אין יאָר 1942 אין דער וואַרשעווער געטאָ.
זײַנע בילדער זענען הײַנט אַ טייל פֿונעם ייִוואָ־אַרכיוו. דער ייִוואָ איז טאַקע אַ שותּף צו דער הײַנטיקער אויסשטעלונג. ווי באַקאַנט, איז וואַרשע כּמעט אין גאַנצן חרובֿ געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַ דאַנק די בילדער, קענען מיר זען די פּוילישע הויפּטשטאָט ווי זי איז געווען פֿאַרן קריג.
פֿאַר קיפּניס זענען מענטשן געווען וויכטיקער ווי בנינים. ער האָט טאַקע געמאַכט בילדער פֿון ייִדישן אַלטאָג. זײַן צוגאַנג איז געווען אַן אויטענטישער. ער האָט נישט געמאַכט קיין שום מיזאַנסצענעס, נאָר געזוכט און געכאַפּט אויטענטישע סצענעס פֿונעם ייִדישן אַלטאָג אין יענע יאָרן.
אַ קליינע פּראָבלעם איז דער פֿאַקט, וואָס דער היסטאָרישער אינסטיטוט, ווי כּמעט אַלע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, איז פֿאַרמאַכט סוף־וואָך. נישט אַלע קענען קומען זען די דאָזיקע גאָר טשיקאַווע בילדער אין מיטן דער וואָך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.