בערלין. — אַ נישט־ייִדישער מיטלשול־לערער, וועלכער האָט געראַטעוועט אַ צעשטערטע שיל אין גודענסבורג, איז איינער פֿון פֿינעף דײַטשן, וועמען מע האָט הײַיאָר אָפּגעגעבן כּבֿוד פֿאַר האָבן פֿאַרזיכערט, אַז די אָרטיקע ייִדישע געשיכטע זאָל נישט פֿאַרגעסן ווערן.
דער לערער, האַנס־פּעטער קלײַן, האָט אַ סך געטאָן, אַז דער שיל־בנין אין גודענסבורג זאָל נישט פֿאַרשוווּנדן ווערן; פֿאַרשפּרייט די געשיכטע פֿון דער שיל, און געהאָלפֿן די אָפּשטאַמיקע פֿון גודענסבורגער ייִדן אויסצוגעפֿינען מער פּרטים וועגן זייערע אָבֿות. מיט אַ וואָך צוריק האָט מען אויסגעטיילט די יערלעכע „אָבערמײַער פּרעמיעס לטובֿת דער דײַטשיש־ייִדישער געשיכטע‟ אינעם בערלינער פּאַרלאַמענט־בנין.
דעניס אַראָן, דער ייִד אין סקאָקי, אילינוי, וועלכער האָט נאָמינירט קלײַן פֿאַר דעם פּריז, האָט געזאָגט, אַז קלײַן האָט איבערגעזעצט אַ צאָל בריוו פֿון אַראָנס קרובֿים. „אַ דאַנק קלײַן האָב איך זיך באַקענט מיט מײַן באָבען,‟ האָט אַראָן געזאָגט.
אַ צווייטער געווינער, דער זשורנאַליסט סטעפֿען פּראָס, האָט אויפֿגעלעבט די פֿאַרגאַנגענהייט פֿאַר פּאַטריק לוי פֿון נוייִ־סער־סען, פֿראַנקרײַך. „ער האָט געפֿונען בריוו פֿון מײַן באָבען, וואָס מײַן טאַטע האָט נאָך קיין מאָל נישט געזען… גלײַך ווי נאָך 70 יאָר וואָלטן אונדזערע אָבֿות אָנגעקלאַפּט אין אונדזער טיר. אומגלייבלעך!‟ האָט לוי באַמערקט.
די פּרעמיעס זענען אויסגעטיילט געוואָרן דורך דעם אַמעריקאַנער ייִדישן פֿילאַנטראָפּ אַרטור אָבערמייער און דעם פּרעזידענט פֿונעם בערלינער רעפּרעזענטאַנטן־הויז, ראַלף ווילאַנד.
די אַנדערע געווינער זענען געווען די געשיכטע־לערער יאָהאַנעס גרעטעקע פֿון באַד ווילדונגען, און סילוועסטער לעכנער פֿון אולם, ווי אויך אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישע שטודיעס, פֿראָוואַלד גיל העטענמײַסטער פֿון שטוטגאַרט. די ייִדישע פֿירערין פֿון דער קהילה אין בערן, שאַרלאָט קנאָבלעך, האָט אויך באַקומען אַן אויסצייכענונג.
ריכאַרד אָפּענהײַמער פֿון וועניס, פֿלאָרידע, האָט געזאָגט, אַז אַ דאַנק גרעטעקע, האָט ער זיך דערוווּסט וועגן אַ מומע, וועלכע איז דערהרגעט געוואָרן מיט איר קינד אין ריגע, לעטלאַנד.
אָבערמײַער האָט געשאַפֿן די יערלעכע פּרעמיע נאָכן באַקענען זיך מיט די היסטאָריקער אַמאַטאָרן אין דער שטאָט קרעגינגען, פֿון וואַנען עס שטאַמט זײַן משפּחה. די געווינער ווערן נאָמינירט דורך ייִדן איבער דער וועלט, וועלכע האַלטן אָן אַ פֿאַרבינדונג מיט די שטעטלעך, פֿון וואַנען זייערע אָבֿות זענען אַנטלאָפֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.